יחזקאל שרגא מערץ

פֿון װיקיפּעדיע

הרב יחזקאל שרגא מערץ (נפטר ט' סיון ה'תשל"ב), איזה געווען דער רב פון "קהל תולדות יעקב - קאשוי".

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב יחזקאל שרגא מערץ וואס ווערט גערופן ר' חזקל'ה, איז געבוירן צו הרב יואל זוסמאן מערץ און זיין ווייב, א טאכטער פון ר' יעקעלע פראנקפורטער פון קאשוי.

ר' חזקל'ה האט געעפנט א שול אין וויליאמסבורג, נאך זיין זיידן פון קאשוי.

דער נאמען ר' יחזקאל'ע מערץ פארציילט אסאך היסטאריע, זייענדיג א איש קדוש מאוד. ער פלעגט פארן בקביעות אויף יעדן שבת חזון קיין סקווירא, און איז געווען א שטארקער אנהענגער פונעם סאטמארער רב, דער בעל ויואל משה.

די באהאלטענע היסטאריע, איז באזירט איבער זיין פטירה אום ט' סיון תשל"ב. וואס ווי באקאנט האט ער געלאזט א צוואה אז ער וויל ליגן אינעם סקווערער שטעטל, און עס האבן זיך פארוויקלט ענינים, ווען די ד"ת האט געפסק'עט אז מען דארף אים לייגן אינעם סאטמארער חלקה אינעם בית החיים אין ניו דזשערסי ממילא איז דאס נישט צושטאנד געקומען, אבער עטליכע רמזים איז פארגעקומען ביי זיין לויה, וואו ער איז עטליכע מאל ארויסגעפאלן פונעם ארון, און מ'האט געדארפט צוריקלייגן דעם גוף.

זיין גבאי ר' ברוך ברילל ע"ה האט פארציילט אז, באלד נאך דער פטירה פון ר' יחזקאל'ע, איז ער אים געקומען אין חלום, און געזאגט, "וויבאלד איך האב געוואלט ליגן אין סקווירא, און למעשה האט מען מיך נישט דארט געלייגט, וועל איך נאכאמאל אראפקומען, דו וועסט האבן א אייניקל וואס וועט געבוירן יעצט און וועט באלד שטארבן נאכן געבורט, דו זאלסט אים א נאמען געבן יחזקאל שרגא און לייגן אינעם סקווערער בית עולם".

ער איז געווען נערץ ביי אלע צדיקי הדור. ווען ער איז געווען אין א"י האט ער באזוכט ביים הייליגן חזון איש און ביי ר' אהרעלע בעלזער.

ער איז באגראבן אין סאטמארער חלקה אין בית החיים אין ניו זשערסי.

קינדער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • רבי חיים מערץ, רב פון תולעת יעקב (נפטר געווארן ד' אייר ה'תש"פ), האט געהייראט מרת רחל, א טאכטער פון רבי משה האלפערין פון קאזשניץ
  • רבי יעקב מערץ, רב פון תפארת יחזקאל.
  • מרת פרומט (נפטר געווארן כ"ח סיון ה'תשנ"ח), ווייב פון רבי זיידא אליעזר זאב ראזנבוים, קרעטשניף-סיגעטער רבי, זון פון ר' הערשעלע קרעטשניפער.
  • מרת יוטל מירל, ווייב פון רבי ישראל ניסן ראזנבוים (נפטר געווארן ט"ז חשון ה'תש"פ), קרעטשניפער רבי פון קרית גת.
  • מרת אסתר רחל, ווייב פון רבי מרדכי לאווי, (נפטר געווארן י"ח טבת ה'תשנ"ח), זוהן פון רבי משולם פייש פון טאהש.
  • ווייב פון רבי אייזיק הורוויץ, פון ספינקא, זון פון רבי הערשעלע ספינקער.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]