אייזיק הורוויץ

פֿון װיקיפּעדיע
אייזיק הורוויץ
פאטער שמואל צבי הורוויץ רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ר' אייזיק הורוויץ

רבי אלעזר יצחק אייזיק הורוויץ איז דער ספינקא רבי פון תולדות צבי.

ער איז דער דריטער זון פון רבי הערשעלע ספינקער און אן איידעם ביי רבי יחזקאל שרגא מערץ,

מען רופט אים ר' אייזיק ספינקער.

ווען ר' הערשעלע איז אוועק האט ער צוזאמען מיט זיין ברודער רבי אביש איבערגענומען זייער טאטנס בית המדרש און זיך איינגעטיילט מיט די כיבודים און צוזאמען געפירט טיש.

זיבן וואכן שפעטער אום שמיני עצרת איז זיין שוויגער אוועק, ווען עס איז געקומען צו די הקפות איז ער אוועקגעגאנגען און ער האט פארוואנדעלט זיין שוויגער'ס הויז אין א בית המדרש און געטאנצט דארט די הקפות. דערביי האט ער זיך אנגעהויבן רופן אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא.

ארום צען יאר נאך זיין טאטנס פטירה האט ער אריבערגעצויגן זיין בית המדרש אויף 44 פען סטריט אין וויליאמסבורג וואו ער פראוועט ביז היינט.

זיין דירה איז העכער דעם בית המדרש.

ער האט א ביהמ"ד אין קרית יואל, א ביהמ"ד אין בארא פארק וואו זיין צווייטער זון הרב יואל זוסמאן דינט אלס רב, און א ביהמ"ד אין לייקוואד ווי זיין נעפֿע הרב אברהם שמואל ענגלענדער סאטמאר דיין דינט אלס רב.

זיין גבאי ר' מרדכי הערש שפיטצער האט געעפנט א ספינקער ישיבה קטנה אין בלומענגראוו וואו עס לערנען דארט 50 בחורים און א ספינקער ישיבה גדולה אין טשעסטער מיט 20 בחורים.

ער האט ארויסגעגעבן פון זיין טאטע ספר תולדות צבי על התורה, מועדים, זמירות זכרון צבי און ספר הקדמות. אויך ויעתר יצחק סיפורי צדיקים און אמרי יצחק תורות אויף הושענא רבה.

ער איז ארומגענומען מיט גבאים די משפחת שפיטצער קינדער און אייניקלעך פון ר' אלימלך שפיטצער.

קינדער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • יחזקאל שרגא הורוויץ, דיין קהל תולדות צבי, איידעם פון רבי דוד אייכנשטיין דער בורשטינער רבי פון בארא פארק
  • מרת צירל, ווייב פון רבי אהרן צבי טערקלטויב
  • רבי משה יעקב, איידעם פון רבי ישראל חיים קאהן, אב"ד נחלת אהרן בית שמש.
  • ווייב פון רבי יוסף דוד, זון פון רבי יעקב שמשון טירנויער חוסטער רבי'ן
  • הרב יוסף מאיר, איידעם פון הרב יצחק שטיין דומ"ץ פֿאלטישאן זון פון רבי מרדכי שטיין, פאלטישאנער רבי
  • ווייב פון הרב דוד משה טווערסקי, זון פון רבי שלום מאיר טווערסקי, פאלטישאנער רבי
  • מרת רעכל, ווייב פון רבי יחיאל מיכל טייטלבוים, אייניקל פון רבי געציל בערקאוויטש
  • ווייב פון רבי יוסף מאיר פרידמאן, זון פון סעלישער רב
  • מרת חוה לאה, ווייב פון הרב מרדכי יודא, זון פון רבי דוד הורוויץ, זון פונעם מעליצער רבי'ן פון וויליאמסבורג
  • רבי יואל זוסמאן, רב פון בית המדרש תולדות צבי אין בארא פארק, איידעם פון רבי משה ראטה, רב הצעיר פון קארלסבורג, זון פון רבי יחזקאל ראטה.
  • מרת חנה, ווייב פון הרב יקותיאל יודא, זון פון רבי יצחק אייזיק ראטה, רב פון קהל חסידים אין מאנסי, זון פון רבי יחזקאל ראטה.
  • הרב נפתלי הירצקא, איידעם פון רבי נפתלי הורוויץ, רב פון בית המדרש זכרון נפתלי פון וויליאמסבורג.
  • הרב שמואל צבי, איידעם ביי רבי מנחם נחום קאהן, אב"ד תולדות אהרן בית שמש.