חיים מערץ
רבי חיים מערץ (תש"ו – ד' אייר תש"פ) איז געווען דער רבי פון "תולעת יעקב" חסידות אין וויליאמסבורג.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געווען דער עלטסטער זון פון רבי יחזקאל שרגא מערץ, באקאנט אלס רבי יחזקאל'ע, און ער האט חתונה געהאט מיט מרת רחל, א טאכטער פון דער קאזשניצער רבי, רבי מרדכי האלפערין.
נאך זיין טאטנ'ס פטירה האט ער איבערגענומען די תולעת יעקב קהילה אין וויליאמסבורג, און געפירט רבי'סטעווע.
חודש ניסן תש"פ איז ער קראנק געווארן מיט דער קאראנא ווירוס, און נאך עטליכע וואכן זיך וואלגערן אין שפיטאל בין מוות לחיים, איז ער נפטר געווארן ה' אייר תש"פ, אין עלטער פון 73 יאר.
ער איז געקומען לקבורה אין ניו דזשערזי.
שטורעם ביי דער לויה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ביי זיין לויה וואס איז פארגעקומען אינמיטן דער קאראנא פאנדעמיע, האבן זיך טויזנטער אידן צוזאמגענומען און שווארץ געמאכט די ארומיגע גאסן פון זיין שול, קעגן די רעגירונג געזונטהייט באווארונונגען קעגן פארזאמלונגען אין צייט פון א מגיפה.
עס איז אנטשטאנען א שטורעם ווען דער מעיאר ביל דיבלאזיא איז פערזענליך אראפגעקומען און פארארדענט פאר די פאליציי צו פארטרייבן די טויזנטער פארזאמלטע. דער אינצידענט איז ברייט פארשמירט געווארן אין דער פרעסע ארום דער וועלט.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- א באריכט פון דער לויה אויף עי.פי.
- א באריכט פון זיין פטירה אויף JDN
- א באשרייבונג (ארכיווירט 21.04.2021 ביי דער Wayback Machine) אין המודיע