חסיד

פֿון װיקיפּעדיע
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם אלטן טיטל אויף פרומע פון חז"ל. טאמער זוכט איר דער באוועגונג פון בעל שם טוב, זעט חסידות.

אין תנ"ך געפינען מיר אָפטמאָל די באַצײיכענונג „חסיד” פאַר אַ פרומען מענטש, וועלכער טוט צדקות: אַפילן וועגן גאָט וװערט געזאָגט אין ירמיה ג' „כי חסיד אני” װאָרים איך בין אַ חסיד, דאָס הייסט, איך טו צדקות צו מענטשן; דער נביא מיכה ז' קלאָגט זיך „אבד חסיד”, עס אין פאַרשוואונדן געװאָרן דער טיפּ מענטש װאָס טוט צדקות; אין תהלים קמ"ט װערט אַפילו אָנגעװיזן אויף דער עקזיסטענץ פון אַ גרופּע פרומע מענטשן, װאָס האָבן געהייסן „חסידים”, („תהלתו בקהל חסידים”).

עס איז זיכער אַז אין דער צייט פון דער גזרת־השמד פון סירישן קעניג אַנטיוכוס עפיפאַנעס אויף די יידן אין ארץ־ישראל, איידער די חשמונאים האָבן געמאַכט דעם באַפרייאונגס אויפשטאַנד (אין 2טן יאָרהונדערט פאַר דער געוויינלעכער צייטרעכענונג), איז געווען ביי יידן אַ באַזונדערע גרופּע חסידים, זייער פרומע יידן, וועלכע האָבן אויף קיין פאַל נישט געװאָלט נאָכגעבן די פאָדערונג פון אַנטיוכוס און האָבן זיך געלאָזט טויטן און נישט עובר געװען אויף די קעניגלעכע געבאָטן; זייער נאָמען חסידים געפינען מיר אין דעם גריכישן טעקסט פון די כתובים - אַחרונים - ספרים „חשמונאים” וואו זיי הייסן אין גריכיש „אַסידעאָי” (חסידעער, „חסידים”). וועגן דעם גרויסן יידישן חכם, װאָס האָט געלעבט אין דער חשמונאים־צייט און איז אומגעקומען אויף קדוש השם, יוסי בן יועזר, ווערט געזאָגט אין דער משנה חגיגה ב' אַז ער איז געווען אַ „חסיד”; עס איז פאַראַן אַ וויכטיקע פראגע, צי די דאָזיקע חסידים פון דער חשמונאים־צייט האָבן געהאַט אַ שייכות מיט דער איסיים־סעקטע; די מיינונגען פון די געלערנטע (ווייס אין „דור דור ודורשיו”, ראפּאָפּאָרט אין „תולדות”, גרעץ אין „דברי ימי ישראל” און אַנדערע) זענען וועגן דעם צעטיילט. אין דער משנה און גמרא געפינען מיר אָפט דעם טיטל חסיד און „חסידים הראשונים” (די „אַמאָליקע חסידים”); אין ברכות ה' זאָגט די משנה אַז די חסידים הראשונים האָבן געדאַװענט מיט גרויס כוונה; די משנה און גמרא ברענגען דעם אויסדרוק „חסידות”, און די משנה צום סוף סוטה (אין די משניות) זאָגט רבי פּנחס בן יאיר „חסידות מביאה לידי רוח הקודש” (חסידות ברענגט צו רוח הקודש), און אין טייל נוסחאות איז פאַראַן, אַז „רוח הקודש פירט צו חסידות”, דאָס הייסט, אַז חסידות שטייט נאָך העכער. אין סוכה נ"א געפינען מיר דעם אויסדרוק „חסידים ואנשי מעשה”; זייער אָפט געפינען מיר אין דער גמרא סיפּורים װאָס הויבן זיך אָן מיט די װערטער „מעשה בחסיד אחד” (עס איז געווען אַמאָל אַ מעשה מיט איין חסיד); ווי למשל די וואונדערלעכע דערציילונג אין ברכות י"ח װי דער חסיד האָט גענעכטיקט אויפן בית הקברות און געהערט װי די מתים רעדן צווישן זיך. לויט איין מיינונג זאָל מען מיט „מעשה בחסיד אחד” אומעטום מיינען דעם תנא רבי יהודה בן בבא אָדער רבי יהודה בר אילעאי, די גמרא אין בבא קמא ל' זאָגט, אַז װער עס וויל זיין אַ חסיד זאָל מקיים זיין די ווערטער פון אבות, דאָס הייסט, די עטישע רעליגיעזע אָנוייזונגען פון דער משנה אין פּרקי אבות; דאָרט ווערט אויך געבראכט די מיינונג, אַז אַ חסיד דאַוף זיין נזהר אין נזיקין, נישט ברענגען אַנדערע קיין שאָדן, און אויך אין „מילי דברכות”, װאָס טייל טייטשן אויס אַלס די פרומע װערטער װאָס װערן געבראכט אין מסכתא ברכות, אָדער אין די דינים פון ברכות־מאַכן; אין ירושלמי סוף ברכות ווערט געבראַכט אַ ספר חסידים. עס איז אויך פאַראַן „חסידי אומות העולם” (חסידים ביי נישט-יידישע פעלקער). אין דער גמרא װערט אָנגעוויזן אַז טײילמאָל איז איינער צופיל חסיד און דאָס טויג נישט; אַזאַ מענטש ווערט אָנגערופן אין סוטה כ"א „חסיד שוטה” (נאַרישער חסיד) און די גמרא גיט אַ בײשפּיל, אַז אַזאַ חסיד זעט ווי אַ פרוי טרינקט זיך אין טייך און וויל איר נישט ראַטעװען ווייל עס איז נישט פרום צו קוקן אויף א פרוי.

אויך אין די שפּעטערע צייטן פון די גאונים אין בבל און נאָך שפּעטער אויך אין אַנדערע לענדער באַמערקט מען דעם טיטל חסיד און די מידות פון חסידים ווערן שטאַרק געלויבט. אין די סיפּורים מעשיות פון רבנו נסים געפינען מיר אָפט דעם „מעשה בחסיד אחד”. דער מחבר פון „חובות הלבבות” רבנו בחיי איז אָנגערופן געװאָרן ‏„החסיד”, און ווארשיינלעך איז זיין ספר באַטראכט געװאָרן אַלס די הויפּט־יסודות פון חסידות. אין דייטשלאנד, אין 12טן און 13טן יאָרהונדערט זענען געווען אַ גרופּע גרויסע יידישע פּערזענלעכקייטן, װאָס האָבן געהאַט דעם טיטל חסידים און האָבן זיך אויפגעפירט לויט די שטרענגסטע מידות פון חסידות. זייער פירער און רבי איז געווען רבי יהודה החסיד; די דאָזיקע גרופּע איז באַקאַנט מיטן נאָמען חסידי אשכנז; זיי זענען גענויגט געווען צו מיסטיק. מען דערציילט וועגן זיי מופתים; זייערע הויפּט-ספרים זענען דער „ספר חסידים” און די ספרים פון רבי אלעזר רקח; פּרטים װעגן דער דאָזיקער חסידי־אשכנז־באַװעגונג קאָן מען געפינען אין גידעמאנס „התורה והחיים” ערשטן טייל; אויך אין אַנדערע לענדער טרעפט מען חסידים (רבנו יונה החסיד און אַנדערע).

זע זוכווערטער איסיים, חשמונאים, יהודה החסיד.

קוואלן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]