אנטיוכוס
אנטיוכוס (אַנטיאָכוס), איז דער נאָמען פון גריכיש־העלענישע קעניגן װאָס האָבן געהערשט אין סיריע און אויך אין ארץ־ישראל אין דער צייט פון 2טן בית המקדש און טייל פון זיי האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער יידישער געשיכטע. זיי האָבן אַלע געהערט צו דער דינאַסטיע סעלעאוקידן. זייער הױפּטשטאָט איז געווען אַנטיאָכיא אין סיריע. דער שרעקלעכסטער קעניג פון זיי איז געווען אַנטיוכוס עפּיפאַנעס, וועמענס נאָמען איז פאַרצייכנט אין דער יידישער געשיכטע אַלס באַצײיכענונג פון רשעות. אין מדרש װערט ער אָנגערופן ״אַנטיוכוס הרשע". ער האָט עס אין יאָר 166 (פאַר דער געוויינלעקער צייטרעכענונג) אַלס הערשטער איבער ארץ־ישראל גוזר געווען אויף די יידן די גזירה אַז זיי מוזן אָנעמען די גריכישע רעליגיע. דעמאָלט איז עס פאָרגעקומען דער גרויסער אויפשטאַנד פון די ,,חשמונאים"־העלדן וועלכע האָבן באַזיגט דאָס סירישע מיליטער און נאָך לאַנגע מלחמות באפרייט ארץ־ישראל. די לעגענדע איז, אַז ער האָט פאַרן טויט תשובה געטאָן און חרטה געהאַט אויף זיין רשעות צו יידן
קוואלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „אנטיוכוס” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.