איסיים

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

איסײם (גרעכיש: Ἐσσηνοί, Ἐσσαῖοι, צי Ὀσσαῖοι) איז דער נאָמען, װאָס איז אָנגענומען געװאָרן הײנט אין העברעאיש און אױך אין דער ײדישער שפּראך צו באַצײכענען אַ סעקטע פֿון זײער פֿרומע ײדן אין דער צײט פֿון צװײטן בית המקדש. דער ריכטיקער נאָמען פֿון דער דאָזיקער סעקטע איז נישט גענױ באַקאַנט.

די סעקטע װערט דערמאָנט אין די ביכער פֿון ײדישן פֿילאָזאָף פֿילאָן און פֿלאַװיוס יאָסיפֿוס, װעלכע האָבן געלעבט צום סוף פֿון 2טן בית המקדש. אין זײערע ביכער װערן די איסײם אָנגערופֿן אױף גריכיש „עסעאָאי” און אױך „עסנאָאי”; אױף לאַטײן בײ פּליניוס הײסן זײ „עסעני״. װעגן דער באַדײטונג און אָפּשטאַמונג פֿון דאָזיקן נאָמען איז פֿיל געשריבן געװאָרן. טײל גלױבן, אַז דאָס שטאַמט פֿון אַראַמעאישן װאָרט „אַסיאָ” (דאָקטאָר). װײל די איסײם פֿלעגן זיך אױך פֿאַרנעמען מיט הײלן קראנקע. אַנדערע מײנען, אז דאָס שטאַמט פֿון װאָרט „חסא”, װאָס איז אין דער אַלטסירישער שפּראך דער טײטש פֿון חסיד. טײל װילן געפֿינען אין דעם װאָרט דאָס העברעאישע „צנוע”, און דערפֿון זאָל האָבן געװאָרן אין גריכיש דאָס װאָרט „עסנאָאי”; װירקלעך געפֿינען מיר אין דער גמרא דאָס װאָרט „צנועים” צו באַצײכענען זײער פֿרומע מענטשן.

גלױבנס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

װאָס איז געװען די לערע פֿון די איסײם? אױך דאָס איז נישט גענױ באַקאַנט, הגם פֿילאָן און יאָסיפֿוס שרײבן יאָ און זאָגאַר אױספֿירלעך װעגן דעם; אָבער דאָס װאָס זײ שרײבן איז נישט זיכער, װײל די איסײם האָבן געהאַלטן זײערע לערעס אין געהײם. פֿלאװיוס דערצײלט (אין דין אױטאָביאָגראפֿיע), אַז ער איז געװען בײ זײ אַ קורצע צײט, אָבער דאָס איז געװען װיעיק, כדי זיך צו באַקענען גענױ מיט זײער לערע.

אין אַלגעמײן װײסט מען, אָז די איסײם האָבן געפֿירט אַ זײער פֿרום און מיליק לעבן. זײ האָבן נישט געװאױנט אין די שטעט און נישט פֿארנומען זיך מיט האַנדל, װײל זײ האָבן געהאַלטן, אַז דאָס פֿירט צו שװינדל און צו אַ נישט ערלעך לעבן. זײ האָבן דעריבער געװאױנט נאָר אין די דערפֿער. און װי װײט מעגלעך האָבן זײ איבערהױפּט געװאױנט אָפּגעזונדערט פֿון די אַרומיקע מענטשן, אַמײסטן אין די װילדערע געגנטן פֿון טײך ירדן. זײ האָבן באַאַרבעט די ערד און זיך פֿאַרנומען מיט מלאכה. געפֿירט האָבן אַלע איסײם אײן בשותפֿותדיקע קאַסע, אַ סאָרט קאָמונעלעבן. אַ סך געלערנטע האַלטן אַז די איסײם זענען געװען זײ װעלכע האָבן געװאױנט בײם ים המלח אין קומראן, און האָבן געשריבן די ים המלח מגילות.

יעדנס פֿאַרמעגן האָט געהערט צו אַלע מיטגלידער. װיפֿיל אײנער האָט פֿאַרדינט האָט ער אַרײנגעטראָגן אין דער אַלגעמײנע קאַסע פֿון דער סעקטע און מיט דער קאַסע האָט אָנגעפֿירט אַ ספּעציעל דערװײלטער פֿאַרװאלטער. אַלע האָבן געגעסן צוזאַמען, געװאױנט צוזאמען, און ציױשן זײ האָט געהערשט אַן אױפֿריכטיקע פֿרײנטשאַפֿט. קײן קרבנות אין בית המקדש האָבן זײ נישט געבראכט, װײל זײ זענען געװען קעגן טױטן לעבענדיקע באַשעפֿענישן. דאַקעגן פֿלעגן זײ שיקן אין בית המקדש קטורת (שמעקעדיקע גראָזן). זײ האָבן, װאַרשײנליך, נישט געגעסן קײן פֿלײש און נישט גיטרונקען קײן װײן. דער הױפּטשטריך זײערע איז געװען, װאָס זײ האָבן, אין גרעסטן טײל, נישט חתונה געהאַט און נישט געפֿירט קײן פֿאַמיליע־לעבן מיט קײן פֿרױ; אין זײער געזילשאַפֿט פֿלעגן זײ צונעמען פֿרעמדע יונגע מענטשן און זײ מחנך זײן אין זײער לעבן. שבת האָבן זײ אָפּגעהיטן מיט דער אומגעװײלעכסטער גענױקײט, און אַ גאַנצן טאָג פֿלעגט זײער עלטסטער לערנען פֿאַר זײ פֿון זײערע ספֿרים. זײ האָבן זיך טובל געװען אינדערפֿרי און מתפּלל געװען מיט דער זון־אױפֿגאַנג.

װעגן זײערע לערעס גיט איבער יאָסיפֿוס, אז די איסײם האָבן געגלױבט, אז אַלץ איז פֿון גאָט, אז דער מענטש האָט נישט קײן פֿרײען װילן און אַלץ װאָס געשעט מיט אים איז אַזױ נגזר געװאָרן פֿון גאָט. זײ האָבן געגלױבט, אַז נאָכן טױט װערט די נשמה באַפֿרײט פֿון קערפּער, װי אַ פֿױגל װאָס פֿליט אַרױס פֿון שטיע. די איסײם האָבן געלערנט ליב צו האָבן גאָט, צו באַזיגן דעם יצר הרע און ליב צו האָבן מענטשן, נישט צו זײן פֿאַלש, נישט צו שװערן נאָר זאָגן יאָ — יאָ, נײן — נײן, נישט אונטערצודריקן קײנעם. זײ האָבן אױך נישט אַנערקענט קײן קנעכטשאַפֿט, װײל זײ האָבן געהאַלטן, אז אַלע מענטשן זענען באַשאַפֿן געװאָרן גלײך. זײ האָבן געהאַט געהײמע ספֿרים, װאָס האָבן אַנטהאַלטן לערעס װעגן דער געטלעכקײט („מעשה מרכבה” פֿון דער משנה) און אױך װעגן דער װעלט־שאַפֿונג (מעשה בראשית). די איסײם האָבן אױך געקענט רפֿואות דורך פֿאַרשידענע קרײטעכצער װי אױך דורך אָפּשפּרעכן מיט הײליקע שמות פֿון מלאכים. טײל איסײם האָבן אױך געזאָגט נביאות װעגן געשעענישן פֿון דער צוקונפֿט, און יאָסיפֿוס דערצײלט, אַז די נביאות זענען מקױם געװאָרן.

אין שפּיץ פֿון זײער אָרגאַניזאַציע איז געשטאַנען דער פֿירער, און אלע האָבן געמוזט אים געהאָרכזאַם זײן. װען אײנער האָט געװאָלט אָנקומען אין זײער חברה האָט ער געמוזט צוערשט דורכגײן אַ פּראָבע. דער נײאָגגעקומענער האָט באַקומען דרײ זאַכן: אַ לאָפּאַטע צו גראָבן ערד, אַ פֿאַרטוך און אַ װײסן כאַלאַט. די ערשטע פּראָבע האָט געדױערט אַ יאָר. אױב ער האָט אױסגעהאַלטן האָט מען אים געפּרואװט נאָך צװײ יאָר און דערנאָך טובל געװען און גענומען פֿון אים אַ שבועה, אז ער װעט נישט אױסזאָגן קײנעם די סודות פֿון דער געזעלשאפֿט, און ער איז געװאָרן א מיטגליד. די מיטגלידער האָבן, לױט פֿלאַװיוס יאָסיפֿוסן, זיך געטײלט אין 4 שטופֿ: 1) קינדער, 2) די דערװאַקסענע אין דער ערשטער פּראָבע־צײט, 3) דערװאַקסענע אין דער צװײטער פּראָבעצײט, 4) די פֿולשטענדיקע מיטגלידער. אין זײער גרױסער אַכטונג האָבן זײ געהאַלטן משה רבנו, און עס װײזט אױס, אז משה רבנו האָט געדינט פֿאר זײ אַלס סימבאָל פֿון זײער לעבן. זײער צאָל זאָל האָבן באַטראָפֿן אין דער צײט פֿון פֿילאָן לערך 4000. זײ האָבן געװאױנט אַמײסטן אין ארץ־ישראל.

אַנטשטייונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

װען די איסײם סעקטע איז אַנטשטאַנען איז נישט באַװאוסט. טײל מײנען, אַז דאָס איז גאָר אַן אַלטע סעקטע, װאָס שטאַמט נאָך פֿון די צײטן פֿון 1טן בית המקדש, מעגלעך פֿון די „בני רכב” װאָס װערן דערמאָנט אין ספֿר מלכים און אין ירמיה ל״ה אז זײ האָבן געפֿירט אַ באַשײדן לעבן, װי אױך פֿון די „אביונים”, װאָס האָבן געהאַלטן, אז אַלע מענטשן זענען גלײך (װעגן די „אביונים” שרײבן מיר אין זוכװאָרט „אביונים”). לױט דער מיעונג פֿון אײזיק הירש װײס אין „דור דור ודורשיו” זענען די איסײם אַנטשטאַנען באַלד אין אָנהױב פֿון צװײטן בית המקדש, פֿון זײער פֿרומע ײדן, חסידים און זײער אָפּשײדנקײט פֿון דער װעלט און פֿרומקײט האָט זיך נאָך מער פֿאַרשטאַרקט אין דער צײט פֿון די חשמונאים (אין דערמיט פֿון 2טן בית המקדש) װען עס איז געפֿירט געװאָרן דער קאַמף קעגן די גזירת שמד אױף ײדן. דאָס ערשטע מאָל װערן דערמאָנט די איסײם אין דער צײט פֿון חשמונאים־פֿירשט יונתן, און דערנאָך װערן זײ שױן דערמאָנט בײ יאָסיפֿוסן כסדר, דורך דער גאַנצער צײט פֿון דער 2טער העלפֿט פֿון 2טן בית המקדש, סײ אין זײן בוך „מלחמת היהודים” סײ אין זײן „אלטערטימער”. נאָכן חורבן פֿון 2טן בית המקדש װערן די איסײם װײניקער דערמאָנט, און װאַרשײנלעך באַלד דערנאָך זענען זײ פֿאַרשװאונדן געװאָרן.

איסײם אין קומראן?[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פליניוס דער עלטערער האָט רעקאָרדירט אז איסײם האָבן געװױנט בײם ים המלך. א סך דאָקומענטן װערן אנטדעקט געװארן בײ קומראן לעבן ים המלך. די חבֿורה װעמענס מיטגלידער האָבן אָנגעשריבן די דאָקומענטן זענען געווען װי װאס היסטאָריקערס װײסן וועגן די איסײם. דעריבער, מײנען א סך היסטאָריקערס אז די קומראנערס זענען איסײם, לפּחות א מין איסײם.

די איסײם אין ספֿרי חז"ל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

װעגן דער באַציאונג פֿון די חכמים אין דער משנה און גמרא צו די איסײם אין די מײנונג בײ די געלערנטע היסטאָריקער צעטײלט. טײל װילן האָבן, אז די איסײם װערן דערמאָנט אין דער גמרא צום גוטן, און דאָס זאָלן זײן די „חסידים הראשונים” אין דער משנה ברכות פּרק ה', די „ותיקין” (ברכות ט'), די „טובלי שחרית” (תוספֿתא ידים), װי אױך די צנועים. אַנדערע און צװישן זײ אײזיק הירש װײס האַלטן, אז די חכמי המשנה זענען געװען קעגן די איסײם, און אז קעגן זײ האָט מען דאָס מתקן געװען די תקנות פֿון טרינקן װײן בײם בענטשן (ברכות נ״א), מען מעג מטלטל זײן כלים אין שבת (שבת קכ״ב), און די װערטער אין דער גמרא יבמות ס״ב אז יעדער מענטש מוז חתונה האָבן, װי אױך די משנה אין סנהדרין פּרק י' „הלוחש על המכה אין לו חלק לעולם הבא” (אז דער װאָס שפּרעכט אָפּ א קראַנקײט װעט נישט קאָבן קײן חלק לעולם הבא).

נאָכן חורבן פֿון בית המקדש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אלטע היסטאריקערס האבן געהאלט אז די ערשטע קריסטלעכע לערעס שטאַמען פֿון די איסײם. די פּלע איבערמאָראַליזירנדע שפּריכװערטער פֿון עװאַנגעליום װעגן דעם, אז אײנער װעט דיר דערלאַנען אַ פּאַטש אין אײן באַק, זאָלסטו אונטערשטעלן די צװײטע, װעגן די אָרימע און דערנידעריקטע, װאָס זײ געהערט דאָס קעניגרײך פֿון הימל, שטאַמען לויט די היסטאריקערס, פֿון די איסײם. גרעץ גײט זאָגאַר אזױ װײט, אז ער זאָגט, אז ישו הנוצרי און זײן לערער יוחנן המטבל זענעך געװען אײנפֿאַך איסײם (דערפֿון האָט געשטאַמט דאָס װאָס יוחנן האָט טובל געװען זײנע מענטשן אין ירדן). גרעץ פֿירט אַדורך אַ גרינטלעכן אַנאַליז פֿון די ערשטע לערעס פֿון עװאַנגעליום און די ענלעטע לערעס טון די „איסײם” צום סוף פֿון 9טן באַנד פֿון גרעץ אין העברעאיש. היינט מערסטע היסטאריקערס, אבער נישט אלע היסטאריקערס, מיינען אז די איסײם האבן פארשווינדן אינגיכן נאָכן חורבן פֿון 2טן בית המקדש.

קוואַלן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „איסײם” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.