ירמיהו
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם נביא ירמיהו. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ירמיהו (באדייטן).
געבורט |
670 לפנה״ס מלכות יהודה |
---|---|
טויט |
586 לפנה״ס (אלט 84 בערך) עגיפטן |
מדינה | מלכות יהודה |
אַמט | נביא, כהן |
ירמיהו בן חלקיהו איז געוועזן א כהן און א נביא פון מלכות יהודה און א ביסל פון מלכות ישראל אין פארלויף פון 40 יאר פון יאר ג'קל"ג (די 13סטע יאר פון קעניג יאשיהו) ביז ג'קע"ד ווען מען האט געהרגעט גדליהו נאך'ן פארטרייבן די אידן צו בבל. ירמיהו איז געווען נביא אין א צייט פון 5 מלכי יהודה: יאשיהו, יהואחז, יהויקים, יהויכין און צדקיהו.
ירמיהו איז געבוירן אין ענתות נעבן צפון ירושלים.
ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט.
אין פערטן יאר פון דער קעניג יהויקים, איז ברוך בן נריה געווארן זיין שריפטשטעלער.
ווען די בבליים האבן באלאגערט ירושלים איז ירמיהו געווען אין תפיסה פון בבל, און ווען די אידן פון מלכות יהודה האבן גולה געווען קיין בבל, איז ירמיהו געבליבן מיט גדליהו אין ירושלים, נאכער, נאך וואס ישמעאל בן נתניה האט געמארדעט גדליהו האט ער אראפגענידערט מיט די איבעריגע פארבליבענע אידן קיין מצרים.
זכרתי לך אהבת כלולותיך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווען ירמיהו האט מוכיח געווען דאס אידישע פאלק האט ער גענוצט די ווערטער: ”כֹּה אָמַר יְהוָה, זָכַרְתִּי לָךְ חֶסֶד נְעוּרַיִךְ, אַהֲבַת כְּלוּלֹתָיִךְ--לֶכְתֵּךְ אַחֲרַי בַּמִּדְבָּר, בְּאֶרֶץ לֹא זְרוּעָה” ( ספר ירמיהו ב'.)ירמיהו צייגט די בונד צווישן גאט מיט די אידן אזוי ווי א מאן וואס ליבט זיין ווייב, וועגן דעם ווערט דער פסוק ביז היינט איבערגעחזרט און געזונגען כדי צו דערמאנען גאטס ליבשאפט צו די אידן כדי ער זאל זיי גערן אויסלייזן פון גלות.
קול ברמה נשמע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ירמיהו האט געזאגט אין נאמען פון גאט אז עס הערט זיך א קול פון רחל ווי זי וויינט אויף אירע קינדער די עשרת השבטים וואס האבן גולה געוועזן קיין אשור, און ווי גאט טרייסט איר און זאגט צו אז אין דער צוקונפט וועלן זיך אלע אומקערן צוריק קיין ארץ ישראל: ”כֹּה אָמַר יְהוָה, קוֹל בְּרָמָה נִשְׁמָע נְהִי בְּכִי תַמְרוּרִים--רָחֵל, מְבַכָּה עַל-בָּנֶיהָ; מֵאֲנָה לְהִנָּחֵם עַל-בָּנֶיהָ, כִּי אֵינֶנּוּ. כֹּה אָמַר יְהוָה, מִנְעִי קוֹלֵךְ מִבֶּכִי, וְעֵינַיִךְ, מִדִּמְעָה: כִּי יֵשׁ שָׂכָר לִפְעֻלָּתֵךְ נְאֻם-יְהוָה, וְשָׁבוּ מֵאֶרֶץ אוֹיֵב. וְיֵשׁ-תִּקְוָה לְאַחֲרִיתֵךְ, נְאֻם-יְהוָה; וְשָׁבוּ בָנִים, לִגְבוּלָם. הֲבֵן יַקִּיר לִי אֶפְרַיִם, אִם יֶלֶד שַׁעֲשֻׁעִים-- כִּי-מִדֵּי דַבְּרִי בּוֹ, זָכֹר אֶזְכְּרֶנּוּ עוֹד; עַל-כֵּן, הָמוּ מֵעַי לוֹ-- רַחֵם אֲרַחֲמֶנּוּ, נְאֻם-יְהוָה. ” ( ספר ירמיהו ל"א.) די פסוקים ווערן איבערגעחזרט און געזונגען ביז היינט כדי צו דערמאנען די נבואה אז כלל ישראל וועט זיך אומקערן פון גלות.
השיבני ואשובה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ירמיהו האט געזאגט אין נאמען פון גאט אז ער הערט ווי אפרים (די עשרת השבטים) טון תשובה אויף זייערע זינד, און בעטן פון גאט "הֲשִׁבֵנו וְאָשׁוּבָה" - קער אונז צוריק צו דיר אונטער און דאן וועלן מיר זיך אומקערן צו דיר. דער פסוק ווערט איבערגעחזערט ביים דאווענען אין א סך ערטער, כלל ישראל בעט פון גאט זאל ער זיך צו אונז אומקערן און נישט ווארטן זאלן מיר זיך פריער צו אים אומקערן, אנדערש ווי עס שטייט אין אנדערע פלעצער אין תנ"ך: ”שׁוּבוּ אֵלַי וְאָשׁוּבָה אֲלֵיכֶם” (ספר מלאכי ג', און ספר זכריה א'.)