רבי יהודה בן בבא איז געווען אַ תּנא אין 3טן דור פֿון תּנאים, חבר פֿון רבי עקיבֿא.[1] פֿון אים װערן געבראַכט אין דער משנה אַ רײ הלכות.[2] מען האָט אים גערופֿן "חסיד." [3] ער איז אומגעקומען אױף קידוש השם און ער װערט גערעכנט צװישן די עשרה הרוגי מלכות. אין סנהדרין י״א װערט דערצײלט, אַז דאָס איז געװען באַלד נאָך חרבן ביתר װען די רױמישע רעגירונג האָט גוזר געװען אַז מען טאָר נישט געבן סמיכה תלמידים. דעמאָלט האָט רבי יהודה בן בבא יאָ געגעבן סמיכה צו 6 תּלמידים (רבי מאיר, רבי יהודה, רבי יוסי, רבי שמעון, רבי אלעזר בן שמוע און רבי נחמיה) און האָט זײ געהײסן אַנטלױפֿן. רבי יהודה בן בבא איז געכאַפּט געװאָרן דורך די רױמער און זײ האָבן אים דערשטאָכן צום טױט.
פּרטים אין װײס "דור דור ודורשיו", 1טער טײל, און "תּולדות תּנאים ואמוראים" פֿון הײמאן.