אבטליון

פֿון װיקיפּעדיע

אבטליון, איז געווען א תנא, איינעם פון די גרעסטע יידישע פירער אין ירושלים אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש, בעת דער הערשאפט פון די לעצטע יידישע פירשטן פון דער חשמונאים דינאסטיע. ער ווערט דערמאנט פינף מאל אין משניות.

זיין צייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – זוגות

אבטליון איז געווען פון פערטן דור זוגות,[1] פון זעקסטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[2] אין זמן פון צווייטן בית המקדש אין יאהר ד'תשכ"ב.

זיין חבר איז געווען „שמעיה”, און מיר געפינען זיי אין דער משנה און גמרא צוזאמען „שמעיה ואבטליון”. אבטליון איז געווען דער אב בית דין פון די סנהדרין, און שמעיה איז געווען דער נשיא. צווישן זיי איז ווייטער אנגעגאנגן דער מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אין יום טוב, שמעיה האט געהאלטן אז יא, און אבטליון האט געהאלטן אז נישט.[3]

איבער אים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אבטליון איז געווען א גרויסער חכם, א תלמיד פון שמעון בן שטח און יהודה בן טבאי (אבות פ"א).

אין דער גמרא פּסחים ס"ו און ע' ווערט געזאָגט וועגן אבטליון, אז ער איז געווען פון די „גדולי הדור”, „די גרעסטע פון דער צייט”, און פון „דרשנים גדולים”, די גרויסע דערקלערער פון רעליגיעזע זאכן.

די גמרא זאגט אז שמעיה און אבטליון זענען געווען בני עממיא, דאס הייסט וואס שטאמען פון גרים, אדער האבן זיך אליינס מגייר געווען. אויך פון אנדערע גמרא-ערטער (יומא ע"א און די משנה אין עדיות) איז צו זען ‏ אז אבטליון שטאמט פון גרים. די גמרא אין (גיטין נ"ו) און אין סנהדרין זאגט אז זיי זענען אייניקלעך פון סנחריב.

די גמרא פארציילט אז געווען איינמאל יום הכיפורים ווען דער כהן גדול איז ארויס פון קדשי קדשים, און פון גרויס פרייליכקייט אז השי"ת האט פארצייט די עבירות האט גאנץ כלל ישראל באגלייט דעם כהן גדול, אינמיטן וועג האבן זיי געזען גיין די צוויי גרויסע חכמים שמעיה און אבטליון, זענען אלע מענטשן נאכגעגאנגען די חכמים און האבן אפגעלאזט דעם כהן גדול, האט דאס וויי געטון פארן כהן גדול, ער איז אויך מיטגעגאנען מיט זיי, אבער ביים געזעגענען האט ער זיך אנגערופן צו טשעפענען: זאלט איר "בני עממיא" גיין געזונטערהייט, האבן אים די צוויי קלוגע לייט געענפטערט, מיר שטאמען טאקע פון גרים אבער מיט זענען עבדי עובדא דאהרן, דאס הייסט מיר פירן זיך ווי אהרן הכהן וואס איז געווען א אוהב שלום ער איז נאכגעלאפן צו מאכן שלום ביי כלל ישראל (יומא ע"א ע"ב).

אין די מפורשים איז דאס פארשידענע תירוצים וויאזוי האבן זיי געקענט זיין א נשיא און א אב בית דין מיר ווייסן דאך אז כל משימות לא יהא אלא מקרב אחיך, אלע שטעלעס מוזן נאר זיין וואס שטאמען פון אידן נישט קיין גרים, דער כנסת הגדולה (חו"מ סי' א') זאגט אז בקבלו עלייהו די אידן האבן מסכים געווען אז זיי זאלן זיין קיינער איז נישט געווען דערקעגן, און דעמאלטס מעג מען, דער באר שבע (פסחים) זאגט אז די הלכה גייט נאר אָן ביי א מלך און נישט ביי א נשיא, אנדערע זאגן אז זייער מאמע איז געווען א אידישע, נאר זייער טאטע איז געווען א גר.

דער ספר שלשלת הקבלה ברענגט אז עס געפינט זיך אין רוים א בלאט וואס אבטליון האט געשריבן ווען ער איז נאך געווען א גוי ער האט דאן געהייסן אבטולמוס, לויט דעם קומט אויס אז ער זעלבטס איז געווען א גוי נישט זיינע עלטערן.

טייל געלערנטע ווילן האָבן, אז אבטליון ווערט דערמאָנט אויך אין דעם היסטאָרישן ווערק ,יידישע אלטערטימער" (15, 1) פון פלאוויוס, וואו עס ווערט דערציילט, אז ווען הורדוס המלך איז געװאָרן קעניג, האָט ער געטויט א סך יידישע חכמים, אָבער ער האָט ניט געטויט „פּאָליאָן”; דער זעלבער „פּאָליאן” ווערט אויך דערמאָנט ביי פלאוויוסן אלס רבי און חבר פון „סאמעאס” (דאָס זאָל זיין „שמעיה” אָדער „שמאי”).

אבטליון האָט צוזאמען מיט שמעיה געפירט א ישיבה אין ירושלים און זייערע הויפּט תלמידים זענען געווען הלל און שמאיי און די משנה אין פּרקי אבות זאָגט: ,הלל ושמאי קבלו מהם", אין דער משנה ווערן געבדאכט עטלעכע הלכות אין נאָמען פון אבטליון צוזאמען מיט זיין חבר שמעיה,

פון זיינע תלמידים זענען הלל און שמאי.

שמעיה און אבטליון ליגן אין גוש חלב.

אין משניות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • מסכת חגיגה פרק ב' משנה ב', ”שמעיה אומר, לסמוך, אבטליון אומר, שלא לסמוך, וכו'”
  • מסכת עדיות פרק א' משנה ג', ”והעידו משום שמעיה ואבטליון, שלשת לוגין מים שאובין פוסלין את המקוה”
  • מסכת עדיות פרק ה' משנה ו', ”מעשה בכרכמית, שפחה משחררת שהיתה ביורשלים, והשקוה שמעיה ואבטליון וכו'”
  • מסכת אבות פרק א' משנה י', ”שמעיה ואבטליון קבלו מהם, וכו'”
  • מסכת אבות פרק א' משנה י"א, ”אבטליון אומר, חכמים, הזהרו בדבריכם, פן תחובו חובת גלות ותגלו למקום מים הרעים וישתו התלמידים הבאים אחריכם וימותו ונמצא שם שמים מתחלל”, אז חכמים דארפן זיין פאָרזיכטיק מיט זייערע װערטער, וייל זייערע תלמידים קאָנען זיי שלעכט אויסטייטשן און דער נאָמען פון גאָט וועט ווערן פארשוועכט.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רשימה:תנאים

רעפרענצען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. אבות פ"א מ"י
  2. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  3. חגיגה ט"ז ע"א
חכמי המשנה - זוגות - תנאים

ערשטער דור נאך די אנשי כנסת הגדולה: שמעון הצדיק , רבי דוסא בן הרכינס

צווייטער דור: אנטיגנוס איש סוכו , רבי אלעזר בן חרסום

דריטער דור - ערשטער דור זוגות: יוסי בן יועזר איש צרדה (נשיא) , יוסי בן יוחנן איש ירושלים (אב בית דין)

פערטער דור - צווייטער דור זוגות: יהושע בן פרחיה (נשיא) , נתאי הארבלי (אב בית דין) , יוחנן בן מתתיהו

פינפטער דור - דריטער דור זוגות: יהודה בן טבאי (נשיא) , שמעון בן שטח (אב בית דין) , אליהועיני בן הקוף , חוני המעגל

זעקסטער דור - פערטער דור זוגות: שמעיה (נשיא) , אבטליון (אב בית דין) , אדמון , חנן בן אבישלום , רבי מיאשא , עקביא בן מהללאל

זיבעטער דור - ערשטער דור תנאים (סוף בית שני): הלל הזקן (נשיא) , שמאי הזקן (אב בית דין) , שמעון בן הלל (נשיא) , רבן גמליאל הזקן (נשיא) , מנחם , אבא שאול בן בטנית , בבא בן בוטא , חנמאל המצרי , חנניה בן חזקיה בן גוריון , יהודה בן בתירא , רבי יוחנן בן בג בג , רבי יוחנן בן החורנית , ישמעאל בן פיאבי , נחום הלבלר , רבי נחוניא בן הקנה

אכטער דור - צווייטער דור תנאים (זמן החורבן): רבן שמעון בן גמליאל הזקן (נשיא) , רבן יוחנן בן זכאי (נשיא), אבא שאול , רבי אליעזר בן יעקב , רבי אלעזר המודעי , רבי אלעזר בן דמא , רבי אלעזר בן פרטא , רבי אלעזר ברבי צדוק , רבי חנינא סגן הכהנים , רבי חנינא בן אנטיגנוס , רבי חנינא בן דוסא , רבי חנניא בן חכינאי , רבי חנניא בן תרדיון , יונתן בן עוזיאל , רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול , רבי פפייס , רבי צדוק , שמואל הקטן

ניינטער דור - דריטער דור תנאים: רבן גמליאל פון יבנה (נשיא) , רבי אליעזר בן הורקנוס , רבי אלעזר בן ערך , רבי חוצפית המתורגמן , רבי חנניא איש אונו , רבי יהושע בן חנניה , נחום איש גמזו , רבי חנינא בן עקביא

צענטטר דור - פערטער דור תנאים: רבי עקיבא , רבי טרפון , רבי אלעאי , רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא , רבי אלעזר בן עזריה , רבי אלעזר חסמא , רבי חנינא בן גמליאל , רבי חנניא בן עקשיא , רבי יהודה בן בבא , רבי יוחנן בן נורי , רבי יוסי הגלילי , רבי ישמעאל , שמעון בן זומא , שמעון בן עזאי , אונקלוס , אלישע בן אבויה

עלפטער דור - פינפטער דור תנאים: רבן שמעון בן גמליאל (דער צווייטער) (נשיא), רבי מאיר (און זיין ווייב ברוריה) , רבי יהודה (בר אלעאי) , רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי , רבי אלעזר בן שמוע , רבי יהושע בן קרחה, רבי יוחנן הסנדלר, רבי יוסי (בן חלפתא), רבי נחמיה, רבי שמעון בר יוחאי , רבי שמעון שזורי

צוועלפטער דור - זעקסטער דור תנאים: רבי יהודה הנשיא , רבי אלעזר ברבי שמעון , רבי אלעזר הקפר , חלפתא איש כפר חנניה, רבי יוסי ברבי יהודה , רבי ישמעאל ברבי יוסי , רבי נתן , רבי שמעון בן אלעזר, רבי שמעון בן מנסיא

נאך תנאים: רבי יוחנן בן ברוקה ובנו רבי ישמעאל