שמעון הצדיק
שמעון הצדיק, איז געווען דער לעצטער פון די אנשי כנסת הגדולה, און דער ערשטער תנא וואס זיין נאמען ווערט דערמאנט אין דער משנה, ער איז געווען א כהן גדול אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש, זיין נאמען ווערט דערמאנט דריי מאל אין משניות.
אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
שמעון הצדיק איז געווען דער אכטער דור פון יהושע בן יהוצדק, און אלע זענען געווען כהנים גדולים.[1] שמעון הצדיק איז געווען א זון פון חוניו (דער ערשטער), א זון פון ידוע, א זון פון יונתן, א זון פון יוידע, א זון פון אלישיב, א זון פון יויקים, א זון פון יהושע, א זון פון יהוצדק[2] (א ברודער פון עזרא הסופר).
וְיֵשׁוּעַ הוֹלִיד אֶת יוֹיָקִים, וְיוֹיָקִים הוֹלִיד אֶת אֶלְיָשִׁיב, וְאֶלְיָשִׁיב אֶת יוֹיָדָע. וְיוֹיָדָע הוֹלִיד אֶת יוֹנָתָן, וְיוֹנָתָן הוֹלִיד אֶת יַדּוּעַ. נחמיה יב, י-יא
זיין צייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
שמעון הצדיק איז געווען אין די יארן ג'תמ"ח, פון אים און זיין תלמיד אנטיגנוס איש סוכו האט זיך אנגעפאנגן די צייטן פון די זוגות.
איבער אים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אין דער צייט פון שמעון הצדיק איז אלעקסאנדער מוקדון געקומען קיין ארץ ישראל ווען ער האט געזעהן שמעון הצדיק איז ער אראפ פון זיין ראטוואגן און זיך געבוקט פאר אים, און ער האט געזאגט דער דאזיגער געשטאלט טוט פאר אים זיגן זיינע קאמפן.[3]
שמעון הצדיק האט געדינט פערציג יאר אלס כהן גדול.[4]
שמעון הצדיק האט געהאט צוויי זין, שמעי און חוניו, פאר שמעון הצדיק איז נפטר געווארן האט ער באפויעלן, זיין זון חוניו זאל דינן אלס כהן גדול נאך אים, דער ברודער שמעי וועלכער איז געווען עלטער מיט צוויי און א האלב יאר האט אים מקנא געווען, און האט אים אפגענארט ער זאל אנטוהן די נישט פאסיגע קליידער ביי די עבודה, די כהנים האבן אים געוואלט דערפאר געבען טויט שטראף און ער איז אנטלאפן קיין מצרים און דארט געבויט א מזבח.[5]
אין משניות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- מסכת אבות פרק א' משנה ב', שמעון הצדיק היה משירי כנסת הגדולה, הוא היה אומר, על שלשה דברים העולם עומד, על התורה, ועל העבודה, ועל גמילות חסדים
- מסכת אבות פרק א' משנה ג', אנטיגנוס איש סוכו קבל משמעון הצדיק, הוא היה אומר וכו'
- מסכת פרה פרק ג' משנה ה', וחכמים אומרים, שבע מעזרא ואילך, ומי עשאן שמעון הצדיק ויוחנן כהן גדול עשו שתים שתים, אליהועיני בן הקוף, וחנמאל המצרי, וישמעאל בן פיאבי עשו אחת אחת
זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רעפרענצען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- ↑ נחמיה י"ב י' - רש"י
- ↑ סדר הדורות ג' אלפים תמ"ח בשם יוחסין
- ↑ יומא ס"ט ע"א
- ↑ יומא ט' ע"א
- ↑ מנחות ק"ט ע"ב