אלעזר בן חרסום

פֿון װיקיפּעדיע
אלעזר בן חרסום
פאך כהן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט כּהן גדול רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אלעזר בן חרסום איז געווען א תנא, וואס ווערט נישט דערמאנט אין משניות.

זיין צייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער רמב"ם רעכענט אויס רבי אלעזר בן חרסום צוזאמען מיט אנטיגנוס איש סוכו, פון צווייטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[1]

איבער אים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלעזר בן חרסום איז געווען א כהן גדול און געטוהן די עבודה אין בית המקדש עלף יאר.[2] זיין מוטער האט אים געמאכט גאר א טייערן אויבער-העמד פאר צוויי מאל צען טויזנט מנה וואס ער זאל אנטוהן אלס כהן גדול, אבער די אנדערע כהנים האבן אים עס נישט געלאזט אנטוהן, וויבאלד ס'איז געווען דורך זיכטיג.[3]

רבי אלעזר בן חרסום איז געווען א ריזן עושר,[4] זיין פאטער האט אים איבערגעלאזט טויזנט שטעט, און טויזנט שיפן, אבער צוליב זיין ליבשאפט צו תורה איז רבי אלעזר בן חרסום זיי אפילו נישט געגאנגען איבערקוקן, נאר געזעצען און געלערנט גאנצע טעג און נעכט.[3]

די גמרא פירט אויס: ר' אלעזר בן חרסום מחייב את העשירים. אויב איינער וועט זאגן איך קען נישט לערנען קיין תורה ווייל איך האב וויכטיגע געשעפעטן וועט מען אים ברענגען א ראיה פון ר' אלעזר בן חרסום ער האט געהאט וויכטיגערע געשעפטן ווי דיר און דאך האט ער שטענדיג געלערנעט.[3]

עס ווערט דארט פארציילט אז אפילו ער האט געהאט אזויפיל געלד דאך האט זיך געפלאגט און פרויבירט מיט אלע כוחות צו לערנען די תורה. ער פלעגט נעמען א פעקל מעל אויף די פלייצעס און ארום פון שטאט צו שטאט טרעפן תלמידי חכמים צו לערנען מיט זיי. איינמאהל אינמיטן וועג האבן אים באגעגענט די פאליציי וואס זענען געווען פון זיין אייגענע שטאט, און האבן אים געזאגט אז יעדער איז מחויב צו ארבעטן פאר דער רעגירונג, דעריבער זיי מוחל און הייב אן צו ארבעטן, האט ער זיי געזאגט לאזט מיך אפ איך וויל גיין לערנען תורה, האבן זיי אים געזאגט: מיר שווערן זיך ביי דעם לעבן פון אונזער האר ר' אלעזר בן חרסום אז מיר וועלן דיך נישט אפלאזן, ער האט זיי נישט געוואלט אויסזאגן אז דאס איז ער זעלבסט ווייל ער האט נישט געוואלט הנאה האבן פון דער תורה.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפרענצען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  2. מסכת יומא ט' א'
  3. a b c יומא ל"ה ע"ב
  4. קידושין מ"ט ע"ב


חכמי המשנה - זוגות - תנאים

ערשטער דור נאך די אנשי כנסת הגדולה: שמעון הצדיק , רבי דוסא בן הרכינס

צווייטער דור: אנטיגנוס איש סוכו , רבי אלעזר בן חרסום

דריטער דור - ערשטער דור זוגות: יוסי בן יועזר איש צרדה (נשיא) , יוסי בן יוחנן איש ירושלים (אב בית דין)

פערטער דור - צווייטער דור זוגות: יהושע בן פרחיה (נשיא) , נתאי הארבלי (אב בית דין) , יוחנן בן מתתיהו

פינפטער דור - דריטער דור זוגות: יהודה בן טבאי (נשיא) , שמעון בן שטח (אב בית דין) , אליהועיני בן הקוף , חוני המעגל

זעקסטער דור - פערטער דור זוגות: שמעיה (נשיא) , אבטליון (אב בית דין) , אדמון , חנן בן אבישלום , רבי מיאשא , עקביא בן מהללאל

זיבעטער דור - ערשטער דור תנאים (סוף בית שני): הלל הזקן (נשיא) , שמאי הזקן (אב בית דין) , שמעון בן הלל (נשיא) , רבן גמליאל הזקן (נשיא) , מנחם , אבא שאול בן בטנית , בבא בן בוטא , חנמאל המצרי , חנניה בן חזקיה בן גוריון , יהודה בן בתירא , רבי יוחנן בן בג בג , רבי יוחנן בן החורנית , ישמעאל בן פיאבי , נחום הלבלר , רבי נחוניא בן הקנה

אכטער דור - צווייטער דור תנאים (זמן החורבן): רבן שמעון בן גמליאל הזקן (נשיא) , רבן יוחנן בן זכאי (נשיא), אבא שאול , רבי אליעזר בן יעקב , רבי אלעזר המודעי , רבי אלעזר בן דמא , רבי אלעזר בן פרטא , רבי אלעזר ברבי צדוק , רבי חנינא סגן הכהנים , רבי חנינא בן אנטיגנוס , רבי חנינא בן דוסא , רבי חנניא בן חכינאי , רבי חנניא בן תרדיון , יונתן בן עוזיאל , רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול , רבי פפייס , רבי צדוק , שמואל הקטן

ניינטער דור - דריטער דור תנאים: רבן גמליאל פון יבנה (נשיא) , רבי אליעזר בן הורקנוס , רבי אלעזר בן ערך , רבי חוצפית המתורגמן , רבי חנניא איש אונו , רבי יהושע בן חנניה , נחום איש גמזו , רבי חנינא בן עקביא

צענטטר דור - פערטער דור תנאים: רבי עקיבא , רבי טרפון , רבי אלעאי , רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא , רבי אלעזר בן עזריה , רבי אלעזר חסמא , רבי חנינא בן גמליאל , רבי חנניא בן עקשיא , רבי יהודה בן בבא , רבי יוחנן בן נורי , רבי יוסי הגלילי , רבי ישמעאל , שמעון בן זומא , שמעון בן עזאי , אונקלוס , אלישע בן אבויה

עלפטער דור - פינפטער דור תנאים: רבן שמעון בן גמליאל (דער צווייטער) (נשיא), רבי מאיר (און זיין ווייב ברוריה) , רבי יהודה (בר אלעאי) , רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי , רבי אלעזר בן שמוע , רבי יהושע בן קרחה, רבי יוחנן הסנדלר, רבי יוסי (בן חלפתא), רבי נחמיה, רבי שמעון בר יוחאי , רבי שמעון שזורי

צוועלפטער דור - זעקסטער דור תנאים: רבי יהודה הנשיא , רבי אלעזר ברבי שמעון , רבי אלעזר הקפר , חלפתא איש כפר חנניה, רבי יוסי ברבי יהודה , רבי ישמעאל ברבי יוסי , רבי נתן , רבי שמעון בן אלעזר, רבי שמעון בן מנסיא

נאך תנאים: רבי יוחנן בן ברוקה ובנו רבי ישמעאל