לדלג לתוכן

נתאי הארבלי

פֿון װיקיפּעדיע

נתאי הארבלי, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט דריי מאל אין משניות.

נתאי הארבלי איז געווען פון צווייטן דור זוגות,[1] פון פערטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה,[2], און די צייטן פון די חשמונאים.

נתאי הארבלי ליגט אין ארבאל אן ארט צווישן ציפורי און טבריה.[3]

נתאי הארבלי איז געווען דער אב בית דין פון די סנהדרין, און יהושע בן פרחיה איז געווען דער נשיא. צווישן זיי איז ווייטער אנגעגאנגן די מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אין יום טוב, יהושע בן פרחיה האט געהאלטן אז נישט, און נתאי הארבלי האט געהאלטן אז יא.[4]

  • מסכת חגיגה פרק ב' משנה ב', ”יהושע בן פרחיה אומר, שלא לסמוך, נתאי הארבלי אומר, לסמוך, וכו'”
  • מסכת אבות פרק א' משנה ו', ”יהושע בן פרחיה ונתאי הארבלי קבלו מהם, וכו'”
  • מסכת אבות פרק א' משנה ו', נתאי הארבלי אומר, הרחק משכן רע, ואל תתחבר לרשע, ואל תתיאש וכו'”

רשימה:תנאים

  1. אבות פ"א מ"ו
  2. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  3. ספר היוחסין
  4. חגיגה ט"ז ע"א