לדלג לתוכן

ציפורי

פֿון װיקיפּעדיע
ציפורי
אפיציעלע וועבזייטל
ציפורי שבגליל

ציפורי איז געווען א שטאט אין אונטער גליל פון ארץ ישראל, צפון מערב פון דער היינטיגער שטאט נצרת אומגעפער פיר קילאמעטער.

א יידישע שטאט האט עקזיסטירט דארט פון דער תקופה פון די חשמונאים ביזן 5טן יארהונדערט, און יידן האבן נאך געוואוינט אין דעם געגנט ביזן 10טן יארהונדערט. די שטאט האט א ספעציעלן חשיבות אין דער יידישער היסטאריע, ווייל אין ציפורי זענען געווען טעטיג עטלעכע פון די הויפט תנאים פון דער משנה, דארט האט רבי יהודה הנשיא געפירט דעם סנהדרין, אן דארט האט ער געשלאסן די משנה. די שטאט ווערט דערמאנט א סך מאל דורך חז"ל.

די ערשטע אנטדעקונגען פון דער שטאט גייען צוריק צו פערסישע אימפעריע צייטן, ווען געציילטע ארטיקלען געפונען זענען דאטירט צו יענער עפאכע. ס'מערהייט ארכעאלאגישע ערפינדונגען אויפן היסטארישן ארט, דאטירן אנהייב רוימישע צייטן און ציען זיך ביז נאך דעם איבערגאנג פון דעם גליל ראיאן פון דער ביזאנטישער אימפעריע צו די אראבער.

די שטאט געפינט זיך אויף א בארג אקראפאליס, ווען אין לויף פון די יארן זענען צוגעלייגט געווארן נייע געגנטער צו דער שטאט אויף די זייטן פונעם בארג, אנגעהויבן אין די פריע רוימישע צייטן דורך הורדוס און זיין משפחה און שפעטערע תקופות ווי נאך דעם חורבן בית המקדש דורכאויס די רוימישע צייטן פון נאך דעם צווייטן בית המקדש.

דאס ערשטע מאל וואס ציפורי ווערט דערמאנט דורך סיי וועלכן אידישן מקור, איז דורך יוסף בן מתתיהו אין זיין בוך אויף אידישער היסטאריע, ״קדמוניות היהודים״. ווען ינאי המלך פון די חשמונאים דינאסטיע, האט אטאקירט עכו און דער קעניג פון קיפראס תלמי, איז געקומען צו הילף פאר די איינוווינער פון יענער שטאט. תלמי האט אונטערגענומען אן אפענסיווע אינעם גליל, ער האט מיט זיין ארמיי אנגעגריפן די שטאט ציפורי, אבער האט זיי נישט געקענט בייקומען.

לויט ווי יוסף בן מתתיהו שרייבט, איז די שטאט געווען א טייל פון די קנאים, אן אידעאלאגיע שטארק אנוועזנד אין די ראיאן, און האט טיילגענומען אין עטליכע אויפשטאנדן קעגן די רוימער און זייערע פארשטייער, צוליב נאציאנאליסטישע און רעליגיעזע געפילן. ווען מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער האט אנגעפירט רעוואלט קעגן זיין פעטער יוחנן הורקנוס דער צווייטער, האט הורדוס מיט די הילף פון א רוימישע מיליטער איינגענומען די שטאט אין א שניי שטורעם, און באשטימט די שטאט אלס זיין הויפטשטאט פונעם גליל, וואו ער איז דערנאך געווארן הערשער, אין יאר 37 פארן ציילונג.

אין יאר 4 פאר דער ציווילער ציילונג, איז הורדוס געשטארבן, ער האט פארטיילט זיין מלוכה צו זיינע קינדער, ווען דער גליל האט געזאלט אריבערגיין בירושה צו זיין זון הורדוס אנטיפס. א רעוואלט האט אויסגעבראכן און דער רוימישער פראקוראטאר פון סיריע, ווארוס, האט אונטערדרוקט די אויפשטענדלער, לויט יוסיפון האט ער פארברענט די שטאט און די איבערלעבער האט ער פארקויפט צו קנעכטשאפט. אנטיפס האט געשטעלט ציפורי פאר זיין הויפטשטאט, ביז יאר 20 ביים גרינדונג פון טבריה, ווען דאס האט ער זיך אריבערגעצויגן צום ניי געגרינדעטן שטאט און די טיטל פון הויפטשטאט איז אריבער צו די נייע שטאט. ערשט אין יאר 61, איז די שטאט אריבער צו אגריפס דער צווייטער, וועלכע האט אריבערגעפירט די ארכיוון און צענטראלע באנק צוריק קיין ציפורי און די שטאט איז ווידעראמאל געווארן הויפטשטאט פון גליל.

ביי די גרויסע יידישע רעוואלט, אנגעהויבן אין יאר 66, האט ציפורי זיך געהאט ארויסגעשטעטלט קעגן דעם אויפשטאנד, זיי האבן אריינגעלאזט אספסיינוס אין שטאט און געבעטן זיין שוץ קעגן די אויפשטענדלער אינעם גליל. א דאנק זייער שטיצע פאר רוים, האט די שטאט ערהאלטן אנערקענונג אלס פאליס און האט אין יאר 67 אדער 68 אנגעהויבן גיסן מטבעות. די אפציעלע פאזיציע האט די שטאט אויסגענוצט אויף פארברייטערן די שטאט, מיט א צאל אונטערנעמונגען וואס זענען קענטליך אינעם שטאט ביז היינט, א רוימישע שטאט מיט בעדער און אקוואדוקטן, דאס לויט די שטייגער און טראדיציע פון פולע שטעט באיינדרוקט דורך די רוימישע אימפעריע.

נאך די בר כוכבא אויפשטאנד, איז ארץ יהודה גענצליך חרוב געווארן, די איבערלעבער פון יענע ערטער זענען אריבער צו צפון ארץ ישראל, דאס רעכנט אריין דעם נשיא און די סנהדרין, די שטאט איז געווארן א צענטראלער פונקט פאר יידישקייט פון נאכן חורבן, הויפטזעכליך נאך רבי יהודה הנשיא האט זיך אריבערגעצויגן אהין אינאיינעם מיט די סנהדרין. די משנה איז געשריבן און פארזיגלט געווארן אין דעם שטאט און מעגליך אנדערע חיבורים פון די תנאים, ווי תוספתא אדער ברייתא. די אמוראים האבן אויך געטוען אסאך אינדעם שטאט, אבער אין זייערע צייטן האט זיך דער עיקר תורה צענטער זיך אריבערגערוקט קיין טבריה, וואו עס איז ווארשיינליך פאר'חתמ'ט געווארן די תלמוד ירושלמי.

ציפורי אלס שטאט האט נישט טיילגענומען אינעם בר כוכבא אויפשטאנד פון יאר 132-135. אבער דורכאויס די פולמוס קיטוס פון 351 האט די שטאט רעוואלטירט קעגן קיטוס, די רוימישע פראקוראטאר און מיטדעם האט זיך געענדיגט די גלאררייכער היסטאריע פונעם שטאט, אינאיינעם מיט א שטארקע ערדציטערניש און א פייער וועלכע האט פארניכטעט די איבערבלייבענישן פונעם ארט.

היינט איז דארט א נאציאנאלער פארק, ווען קרוב צו הונדערט יאר געפונען היסטארישע פארשער און ארכעאלאגן ארטיקלען וועלכע באצוען זיך צו דער שטאט.

איינצעלנע כלים זענען געפונען געווארן פון דער פערסישער תקופה אין ארץ ישראל, בעיקר א שארבענע גלאז מיט א מיטאלאגישער צייכענונג. אבער אנגעהויבן פון ענדע העלענישע צייטן טרעפט מען מער חפצים און געביידעס. פון דער העלענישער תקופה האבן פארשער געפונען א מיליטערישע פעסטונג אויפן שפיץ בארג (אקראפאליס), אינעם פעסטונג זענען געפונען געווארן א מקווה און צעבראכענע שארבן מיט העברעישע בוכשטאבן געשריבן אויפדעם. די פעסטונג איז ווארשיינליך נייטראליזירט געווארן דורך די שטאט איינוווינער אין שפעטערע תקופות, און חלקים פונעם יסוד און אינערהאלב די סטראוקטור זענען געווארן אנגעפילט מיט זאמד און שטיינער, נאנט צום ענדע פון בית המקדש. די פעסטונג איז דאטירט געווארן צו א פריערדיקע העלעניש תקופה, נאך איידער די חשמונאים האבן איינגענומען דעם גליל, און די יידישע זאכן אינעם פעסטונג צייגן אז יידן האבן געוויילט אין די געגנט נאך איידער די חשמונאים האבן אינקארפארירט די גליל ראיאן צו זייער מלוכה.

פון די פריע רוימישע תקופה געפונען מיר א שטעטל אויפן בארג און ארום דעם בארג, פיל מיט פריוואטע הייזער וואס א מערהייט פון זיי האבן מקוואות, וואס ווייזט אויף די יידישקייט פונעם שטאט, אין צוגאב צודעם האבן פארשער געפונען די מיסט פון שטאט, און שטודירט די אפפאל פון איבערבלייבענישן פון בהמות, נאר כשר'ע מינים זענען געווען צו געפונען, חזירים צום ביישפיל, א הויפט מאכל צווישן די רוימער זענען געווען ווייניגער פון א פראצענט פון די איבערבלייבענישן.

פון די שפעטערדיקע רוימישע תקופה, געפונען מיר א גרויסע געגנט וואס ווערט גערופן די רוימישע שטאט, די גאסן לויפן געאמעטריש איינער פאראלעל צום צווייטן, ווען צוויי הויפט גאסן קארדא מאקסימוס לויפט פון צפון אויף דרום ריכטונג, און די דעקומאנוס מאקסימוס לויפט פון שטאט אריינגאנג אויף מזרח צו מערב ארויף צום בארג. ווען די קלענערע גאסן האקן דורך די צוויי גאסן ווי א נעץ. דארט וואו די הויפט גאסן טרעפן זיך איז פארהאן א פארום, די שטאטישע מארקעט פונעם רוימישן שטאט צענטער, עס עזנען געפונען געווארן חלקים פון רוימישע בעדער געבויט אקוראט לויט די רוימישע בויעריי און מייסטערשאפט, אינאיינעם מיט מקוואות. די הויפט גאסן האבן טראטוארן און זענען קענטליך און מערקבאר ביז היינט מיט די שווערע שטיין און קריצן פון די וועגענער נאך פון דעמאלסט. אן אפלויף סיסטעם פאר שמוציגע וואסער, פון רעגן, בעדער און א פובליק בית כיסא, האט ארויסגעטראגן די וואסער אינדרויסן פון שטאט. די רוימישע שטאט האט אויך מקוואות אונטער די הייזער גענוי ווי די אלטע חלק פון שטאט.

די הויכפונקט פון דער ארכעאלאגיע איז די וואסער קאנאלן אריינצוברענגען פרישע וואסער אין שטאט, אנהייב איז דער שטייגער געווען וואסער גרובן, פריוואטע און ציבור'ישע וועלכע האבן באדינט דעם באפעלקערונג באנוץ, אבער ווען די שטאט איז געווארן גרויס און זיך פארשפרייט אראפ פונעם בארג, איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע בוי פראיעקט, פון אקוואדוקטן, וואסער איינריכטונגען וואס ברענגען דורך בריקן און בעיקר טונעלן, וואסער פונעם טאל, פון צוויי באזונדערע ערטער, אויף א רוטע וועלכע טרעפט זיך אינמיטן וועג, ווי עס לויפט אריין אין שטאט, און צעטיילט זיך, א טייל וואסער איז געהאלטן געווארן אין אן אונטערערדישע רעזערוואר, און די אנדערע טייל האט ארומגעקרייזט די שטאט ארום און ארום דעם בארג, פון וואו איינוווינער האבן געקענט שעפן וואסער אדער מער פארמעגליכע האבן געהאט וואסער אין זייער שטוב. צוליב טאפאגראפישע סיבות, האבן די איינוווינער אויפן בארג נישט געהאט קיין צוטריט צו די קאנאלן, וויבאלד דער בארג איז הויך איבער 300 מעטער העכערן ים פלאך.

נאך פון דער רוימישער תקופה, זענען די פיל מטבעות וואס די שטאט האט געלאזט גיסן, פון אנהייב זענען זיי געווען יידישע מטבעות, אן צייכענונגען אדער בילדער פון פערזאנען אדער חיות, וואס אמאל שפעטער האבן די מטבעות אנטהאלטן קריצונגען פון די פארשידענע רוימישע קייסערן. מיט פארשידענע אויפשריפטן אין גריכיש, וועלכע ווידערהאלן דעם סלאגאן, אז ציפורי איז שטאט פון שלום. איין מטבע פון שטאט האט א קריצונג פון טיכא, די גאט פון מזל ביי די גריכישע מיטאלאגיע אינמיטן א געצנדינער טעמפל, וואס דאס איז א רעוואלוציע פאר א יידישע שטאט. מערערע טעאריעס זענען אויפגעברענגט געווארן אלס רעזולטאט פון די מטבעות, איבערן יידישקייט פונעם שטאט צוליב די מטבעות.

איינער פון די הויפט חילוקי דעות איבערן שטאט, איז די טעאטער וועלכע איז געפונען געווארן אויפן זייט פונעם בארג, בשעת טייל טענה'ן אז דאס האט אנטיפס געבויט, זאגן אנדערע אז דאס איז פון די רוימישע תקופה פון נאכן חורבן בית המקדש, דאס צוליב ארטיקלען געפונען אונטערן בינע ביי די יסודות פונעם סטרוקטור. א פראכטפולע רוימישע ווילא איז אויך געפונען געווארן אויפן בארג, ווען געוויסע האבן געוואלט טענה'ן אז דאס איז די נשיא'ס הויז, אבער אן קיין גרונטליכע פארשונג אדער מקור.

אינעם רוימישן קווארטאל זענען געפונען געווארן פון ביזאנטישער תקופה נאך אינטערסאנטע געביידעס, א שול אנגעפילט מיט צייכענונגען און בילדער בעיקר פון יידישע טראדיציע, אבער אויך העליאס, וועלכע דינט אלס א גאט אינעם גריכישן מיטאלאגיע איז געמאלן געווארן אויפן פאדלאגע פונעם שול, אינאיינעם מיט אנדערע מאטיוון ווי די עקידה און נאך. א קירכע איז אויך געפונען געווארן אין שטאט פון די תקופה און צום לעצט, איז די וויינהויז, אדער דיאניסוס הויז, וואס איז פיל מיט מאלערייען איבער וויין און באצייכענט א געצנדינעריי טראדיציע מיט מסיבות און אנדערע סארט מאלערייען וועלכע זענען א חידוש פאר א יידישע שטאט און אפילו פאר קריסטן. פון די סארט בילדער, שטעלט זיך ארויס אז ווי געשריבן איז אין פערטן יאר הונדערט, שוין אנגעהויבן דעם אונטערגאנג פון יידישן שטאנדפונקט איבערן חשיבות פונעם שטאט, מער און מער גויים, קריסטן אדער גריכישע געצנדינער האבן אנגעפילט דעם שטאט. ביז ווען די שטאט איז געווארן כמעט ליידיג פון יידן אינמיטן פערטן יארהונדערט.

נישט געפונענע ארכעאלאגיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין משנה שטייט איבער א מויער פון יהושע בן נון'ס צייטן וועלכע האט ארומגענומען די שטאט, די מויער איז באצייכענט אויך דורך יוסיפון און אנדערע, אבער קיין זכר איז נישט געפונען געווארן דערפון. וויבאלד די פריעסטע ארטיקלען זענען דאטירט צו דער פערסישער עפאכע, דרינגען די חוקרים ארויס דערפון, אז די תנ״כישע שטאט געפונט זיך אויף אן אנדער לאקאציע, נישט ווייט פון ציפורי פון צווייטן בית המקדש. די שטאט מארק אויפן בארג, וואס ווערט דערמאנט דורך חז״ל אלס די שוק העליון, איז ביז היינט דערווייל נישט געפונען געווארן.

געאגראפיע און דעמאגראפיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די שטאט אויפן בארג איז 290 מעטער העכערן ים פלאך, וואס מאכט דאס ארט פאר א סטראטעגישע מיליטעריש און פאר זיכערהייט. ציפורי געפונט זיך אויף א קרייצוועג אויף הויפט שאסייען וואס די רוימער האבן געבויט אנהייב 120, ווען אדריינוס איז געווארן קייסער, איין הויפט שאסיי פירט פון עכו קיין טבריה, און די אנדערע פירט פון ציפורי צו די גרויסע מיליטערישע באזע און קאלאניע לאגיו-מגידו. די שאסייען האבן געדינט יידישע רייזענדע און איז באהאנדעלט געווארן דורך יידישע מקורות מערערע מאל לענייני הלכה אדער אגדה. די היינטיקע שאסיי סיסטעם קיין טבריה, לויפט טיילוויז אויפן אלטע רוטע וואס רוימער האבן געבויט, אבער לויפן היינט נישט דורך דעם שטאט זעלבסט.

די שטאט געפונט זיך 25 קילאמעטער ווייט פון די ים ברעגעס פון מיטלענדישן ים און א דרייסיק קילאמעטער פון דעם כנרת.

עס איז אומבאקאנט גענוי וויפיל די באפעלקערונג אינעם שטאט איז געווען, מיינונגספארשידנהייטן און אפשאצונגען שטעלן די באפעלקערונג אויף א צאל פון צווישן 12,000 ביז 25,000, אבער איז אוממעגליך פעסטצושטעלן. אבער פאר ארץ ישראלדיקע באגריפן פון יענע תקופה נאכן חורבן, הייסט דאס א גרויסע שטאט.