רבי חנינא בן דוסא
אויסזען
| געבורט |
המאה ה־1 ישראל |
|---|---|
| טויט |
המאה ה־1 |
| פאך |
רב |
רבי חנינא בן דוסא איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט דריי מאל אין משניות.
זיין צייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חנינא בן דוסא איז געווען פון צווייטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. [1]
איבער אים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חנינא בן דוסא איז געווען מלומד בניסים, און זיינע תפלות זענען געהערט געווארן.[2]
רבי חנינא בן דוסא האט זיך באניגנט מיט א מעסטל באקסער א גאנצע וואך, די חז"ל פארציילן: יעדן טאג איז ארויס א בת קול "די גאנצע וועלט ווערט געשפייזט אין זכות פון מיין זון חנינא, און מיין זון חנינא האט גענוג א מעסטל באקסער פון ערב שבת צו ערב שבת.[3]
אין משניות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מסכת ברכות פרק ה' משנה ה', ”אמרו עליו, על רבי חנינא בן דוסא שהיה מתפלל על החולים, ואומר, וכו'”
- מסכת סוטה פרק ט' משנה ט"ו, ”משמת רבי חנינא בן דוסא בטלו אנשי מעשה”
- מסכת אבות פרק ג' משנה ט', ”רבי חנינא בן דוסא אומר, כל שיראת חטאו קודמת לחכמתו, חכמתו קיימת, וכו'”