ברוריה
געבורט |
המאה ה־2 ישראל |
---|---|
טויט |
המאה ה־2 אוראלט רוים |
בן/בת זוג | רבי מאיר |
התנאית ברוריה איז געווען די טאכטער פון דעם גרויסן תנא רבי חנינא בן תרדיון.
זי איז געווען די ווייב פון דעם תנא רבי מאיר.
זי איז געווען זייער א געלערנטע פרוי, און האט געזאגט מוסר פאר אסאך תלמידים און תנאים.
עס ווערט פארציילט אין גמרא און אין רש"י (עבודה זרה יח) אז ווען ברוריה האט געהערט פון דעם מאמר נשים דעתן קלה פרויען האבן א גרינגען שכל, מען קען זיי גרינג איינרעדן, האט דאס איהר באנקט געטוהן און זי האט צוגעשריבן דערצו "חוץ מברוריה" דאס הייסט אז ברוריה האט נישט קיין גרינגען דעת (שלשלת הקבלה), זי קען מען נישט איינרעדן, איר מאן רבי מאיר האט זיך גע'טענה'ט מיט איהר און געזאגט אז זי איז נישט אנדערש ווי אנדערע פרויען דערמיט, אבער זי האט נישט נאכגעגעבן, האט איהר ר' מאיר געזאגט דו וועסט נאך מודה זיין צו מיר. האט ר' מאיר באפוילן איינעם פון זיינע תלמידים זאלן איהר צו רעדן זי זאל האבן זנות מיט איהר, ער האט געארבייט דערויף א לאנגע צייט, ער האט איהר אסאך געבעטן, ביז זי האט ענדליך מסכים געווען, אבער אנשטאט דער תלמיד איז ר' מאיר געקומען, און זי האט זיך זייער געשעמט דערמיט.
דער תלמוד פארציילט אויך אז זי האט געזאגט פאר ר' מאיר אז איהר שוועסטער זיצט אין א הויז פון זונות און זי שעמט זיך דערמיט, און רבי מאיר האט זיך משתדל געווען און האט איהר ארויסגענומען פון דארט.[1]
מקורות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ מסכת עבודה זרה דף י״ח