יוחנן כהן גדול
יוחנן כהן גדול (דער ערשטער), אדער יוחנן בן מתתיהו איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט פיר מאל אין משניות.
זיין צייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יוחנן כהן גדול (דער ערשטער) איז געווען אין די צייט פון פון צווייטן דור זוגות,[1] פון פערטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[2] אין יאר ג'תרפ"א[3] אדער ג'תרכ"א[4] - צוויי הונדערט און צוועלף/דרייצן יאר נאך דעם אויפבוי פון בית שני - ביים אויפשטאנד פון די חשמונאים איז שוין זיין זון מתתיהו בן יוחנן געווען דער כהן גדול.[3]
דער צווייטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך דעם זיג פון די חשמונאים איז מתתיהו בן יוחנן געווארן דער קעניג איבער ארץ ישראל און כהן גדול איין יאר, נאכהער זיין זון יהודה המכבי בן יוחנן כהן גדול זעקס יאר, נאכהער זיין ברודער יהונתן הוופסי בן יוחנן כהן גדול נאך זעקס יאר, נאכהער זיין ברודער שמעון התרסי בן יוחנן כהן גדול אכטצן יאר.
נאכהער - איין און דרייסיג יאר נאך דעם אויפשטאנד פון די חשמונאים - איז געווארן דער קעניג איבער ארץ ישראל און כהן גדול, יוחנן הורקנוס דער ערשטער א זון פון שמעון, א זון פון יוחנן כהן גדול (דער ערשטער), ער האט געדינט די עבודה אכטציג יאר און שפעטער געווארן א צדוקי.[5]
אביי האלט אז יוחנן כהן גדול און דער קעניג, ינאי המלך איז דער זעלבער.[6] יוחנן כהן גדול (דער צווייטער) ווערט אויך אנגעריפן יוחנן הורקנס, הורקנס דער ערשטער, יוחנן בן שמעון.
אין משניות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מסכת מעשר שני פרק ה' משנה ט"ו, ”יוחנן כהן גדול, העביר הודיות המעשר, אף הוא בטל את המעוררין, וכו'”
- מסכת סוטה פרק ט' משנה י', ”יוחנן כהן גדול, העביר הודיות המעשר, אף הוא בטל את המעוררין, וכו'”
- מסכת פרה פרק ג' משנה ה', ”וחכמים אומרים, שבע מעזרא ואילך, ומי עשאן שמעון הצדיק ויוחנן כהן גדול עשו שתים שתים, אליהועיני בן הקוף, וחנמאל המצרי, וישמעאל בן פיאבי עשו אחת אחת”
- מסכת ידים פרק ד' משנה ו', ”אמר רבי יוחנן בן זכאי וכו', ועצמות יוחנן כהן גדול טמאים, אמרו לו, לפי חבתן היא טמאתן וכו'”
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפרענצען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ אבות פ"א מ"ו
- ↑ רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
- ↑ a b ספר הקבלה להראב"ד
- ↑ ספר הויחסין-סדר הדורות
- ↑ שלשלת הקבלה להראב"ד, זעט אויך רמב"ם פ"ט הל' מע"ש
- ↑ ברכות כ"ט א'