יהודה המכבי
געבורט | האלף ה־0.5 לפנה״ס |
---|---|
טויט |
160 לפנה״ס ישראל |
יהודה המכבי איז געווען דער זון פון מתתיהו הכהן, פון די חשמונאים. ער איז געווען דער אנפירער פון דעם אויפשטאנד קעגן די גריכן און אנטיוכוס, און דערפאלגרייך געגרינדעט א יידיש זעלבסטשטענדיק לאנד אין ארץ יהודה, וואס שפעטער דורך זיינע נאכפאלגער, איז פארברייטערט געווארן צו א קעניגרייך.
ער איז געווען דער דריטער זון פון מתתיהו, פון זיינע פינף זין, געבוירן אין מודיעין, אויף די בערג פון יהודה.
די באדייט פון מכבי איז נישט באוואוסט. לויט יוסיפון איז עס אויפן פסוק מי כמכה באלים ה', אנדערע טענהן אז עס קומט מיט א ק', און אזעלכע זאגן אז עס איז דאס לאטיינישע ווארט פאר מצביא, וואס מיינט גענעראל אין העברעיש, נאר אין לאטייניש זאגן זיי מקבי בטעות.
דורכאויס דעם אויפשטאנד פון די רעליגיעזע יידן קעגן די גריכן, און די מתייוונים, איז יהודה געווארן הויפט אנפירער, נאכדעם וואס זיין טאטע איז געשטארבן. צום סוף האט ער באפרייט ארץ יהודה פון די גריכן, אויסער אין ירושלים, ווי עס איז געבליבן א קליינע אנוועזנהייט, קעגן איבער די הר הבית.
וויבאלד די יוונים האבן געהאט א מאכטפולע ארמיי, האט יהודה זיך בעיקר באנוצט מיט גערילא טאקטיקן, און מיט פלוצימדיקע אנפאלן. אין עטליכע קאמפן האט יהודה באוויזן צו צעשמעטערן גאנצע ארמייען פון די גריכן. און יהודה האט באוויזן אומצוברענגען די גענעראלן מיט זיינע אייגענע הענט.
די קאמף אין (עמאוס) לאטראן, איז א גאר באוואוסטע קאמף, אין וועלכע יהודה האט מיט זיינע 6,000 קעמפער, באוויזן דאס אומגלויבלעכע, און באזיגט אן ארמיי פון 40,000 פוסגייער, און 7,000 רייטער. דורך א געניטער איינפאל. גרעגאריעס די גריכישע גענעראל, האט גענומען טייל פון זיין ארמיי, און פארלאזט זייער באזע, יהודה האט דאס געזען, איז ער געווען זיכער, אז גרעגאריעס פלאנירט צו אטאקירן ביינאכט, דעריבער האט ער באשלאסן דעמאלט צו אטאקירן דעם פיינט אויפן פלאץ, ביים אטאקע האט ער אומגעברענגט 9,000 גריכן, די איבריקע זענען אנטלאפן. אין די יידישע לאגער האט ער געלאזט די פאקלען ברענען, אזוי ארום האט גרעגאריעס געמיינט אז די יידן זענען אנטלאפן, האט ער זיי אויפגעזיכט, נאכן נישט טרעפן די יידן האט ער זיך אומגעקערט צו זיין באזע, ווי יהודה האט אטאקירט גרעגאריעס, זיי זענען אלע אנטלאפן אן א קאמף, און מיטדעם האט יהודה געהאט א גלענצענדע זיג. וואס שפעטער זענען אנדערע יידן וואס האבן נישט געוואלט אריינגיין אין מיליטער, האבן זיך יעצט אנגעשלאסן.
נאכן באפרייען ארץ יהודה, און אויסרייניקן ירושלים, האט זיך די פאמיליע פארנומען מיט ארויסהעלפן די יידן אין גליל. ער און זיין ברודער שמעון התרסי, האבן זיך צעטיילט, ער אין גלעד, אדום, און פלשתים, און שמעון אין גליל.
אין איינע פון די קאמפן איז אלעזר המכבי אומגעקומען, דער ברודער פון יהודה, נאכן ווערן איבעגעטרעטן פון אן העלפאנד. אין די קאמף האבן די חשמונאים געהאט א נידערלאגע, און די גריכן האבן אנגעהויבן באלאגערן ירושלים, וואס האט זיך געענדיקט ווען אין דמשק האט פיליפוס פארכאפט די מאכט, און אריינגעווארפן אנטיוכוס דער פיפטער אין טורמע. דעריבער האבן די גריכישע ארמייען אפגעטרעטן פון זייער אפענסיווע.
שפעטער זענען נאך ארמייען אנגעקומען קעמפן מיט די יידן, מיט א גענעראל ניקנור, וואס האט זיך עטליכע מאל געטראפן מיט יהודה, אבער איז געקומען קעמפן קעגן אים, יהודה האט באוויזן אים צו הרנען.
אין א קאמף וואס באקחידעס, א גריכישע גענעראל, איז געקומען מלחמה האלטן קעגן יהודה, האט יהודה געפונען זיין טויט, און זיין ברודער האט געטראפן זיין קערפער. זיי האבן געברענגט זיין קערפער קיין מודיעין און אים דארט באגראבן.
זיינע צוויי ברידער שמעון התרסי, און יונתן הוופסי, האבן ווייטער פארגעזעצט די קאמף קעגן די יוונים.