קידוש השם
מראה
קידוש השם איז דער אקט אדער סיטואציע וואס שאפט אז גאטס נאמען זאל זיין געהייליגט צווישן די מענטשן אויפן וועלט. קידוש השם איז דער מצוה אין דער תורה פון "ונקדשתי בתוך בני ישראל", אז דאס יידיש פאלק און איעדע ייד פערזענליך, זאל זיך פירן אין א פארעם וואס וועט צוברענגען אז דער אייבערשטער וועט דורך זיי געהייליגט ווערן.
די מצוה פון קידוש השם איז נישט באגרעניצט צו סיי וועלכע ספעציפישע אקטן, נאר עס נעמט אדורך דאס גאנצע לעבן פון א ייד, אז ער זאל אין אלע אומשטענדן מיט אלע זיינע אקטן, שטענדיג זיך מיהען און מעסטן זיינע מחשבות, דיבורים און מעשים, אז דאס זאל העלפן צו מקדש זיין שם שמים.