אטאמאנישע אימפעריע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
גרענעצן אין 1683

די אטאמאַנישע אימפעריע (1293–1922) (אטאמאנישע טערקיש: دولتْ علیّه عثمانیّه Devlet-i Âliye-yi Osmâniyye,[1] טערקיש: Osmanlı Devleti אדער Osmanlı İmparatorluğu), איז געווען א טערקישער שטאַט. אין יענער צייט איז די שטאַט געווען באוואוסט אלס די טערקישע אימפעריע. די אימפעריע איז געגרינדעט געווארן אין דעם 13טן יארהונדערט אין צפון־מערב אנאטאליע. איר נאכפאלגער איז די רעפובליק פון טערקיי, וואס איז אפיציעל אויפגעשטעלט 29 אקטאבער 1923.

ביים שפיץ פון איר מאכט זענען אירע טעריטאריעס געווען פארשפרייט איבער דריי קאנטינענטן (16טער–17טער יארהונדערט), מיט א קאנטראל איבער א גרויסן טייל פון דרום-מזרח אייראפע, דעם מיטל מזרח און צפון אפריקע. די לענדער זענען געווען פון דעם דורכגאס פון גיבראלטאר (און אום 1553 דער אטלאנטישער בארטן פון מאראקא ווייטער פון גיבראלטאר) אין מערב, ביזן קאספישן ים און דעם פערסישן איינגאס אין מזרח; און פונעם עק פון עסטרייך, אונגארן און טיילן פון אוקראינע אין צפון ביז סודאן, עריטרעע, סאמאליע און תימן אין דרום. די אטאמאנישע אימפעריע האט געהאט 29 פראווינצן, ווי אויך די פרינציפאליטעטן פון מאלדאוויע, זימבערגן, וואלאכיע און סערביע[2]. ארץ ישראל איז געווען אריינגערעכנט ווי א טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע.

במשך זעקס יארהונדערטער איז די אימפעריע געווען דער צענטער פון אינטעראקציעס צווישן די מזרח און מערב וועלטן. מיט דער הויפטשטאט קושטא (איסטאנבול) און ריזיקע לענדער אין דער הערשאפט פון סוליימען דער פראכטיגער מער ווייניגער ווי די לענדער אונטער דער הערשאפט פון יוסטיניאן דער גרויסער מיט 1000 יאר פריער, איז די אטאמאנישע אימפעריע געווען א מוסולמענישער נאכפאלגער פון דער ביזאנטישער אימפעריע.

דער ערשטער קייסער איז געווען אסמאן דער ערשטער.

דער ערשטער אטאמאנישער הערשער וואס האט געהאט דעם טיטל סולטאן איז געווען באאיזיט דער ערשטער. אין 1390 האט ער איינגענומען די לעצטער פעסטונג פון דער ביזאנטישער אימפעריע אין קליין־אזיע. אין 1402 האט די אטאמנישע אימפעריע געכאפט א קלאפ, ווען טימור האט זיי געזיגט אין דעם קאמף פון אנקארא, און די טימורן האבן אים גענומען אין געפענגעניש.

אזוי ווי די אימפעריע איז געווען צווישן מזרח און מערב, איז דער גאנצער האנדל געווארן געפירט דורך די שטעט פון דער אימפעריע, במשך זעקס הונדערט יאר.

נאמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ווארט אטאמאן שטאמט פונעם נאמען פון אסמאן דער ערשטער, דער גרינדער פון דער אימפעריע און פון דעם הערשנדיקן הויז פון אסמאן (אויך באוואוסט ווי די אטאמאנישע דינאסטיע). דער נאמען אסמאן איז די טערקישע פארעם in פונעם אראבישן נאמען אוטמאַן (عثمان). אין אטאמאנישן טערקיש, האט מען גערופן די אימפעריע Devlet-i ʿAlīye-yi ʿOsmānīye (دولت عليه عثمانیه),[1] (פשוטו כמשמעו "דער אייבערשטער אטאמאנישער שטאַט") אדער אמאל ʿOsmānlı Devleti (عثمانلى دولتى). אין מאדערנעם טערקיש, הייסט זי Osmanlı İmparatorluğu ("די אטאמאניעש אימפעריע") אדער Osmanlı Devleti ("דער אטאמאנישער שטאַט").

אריגינעל האט דאס טערקישע ווארט פאר "אטאמאן" (Osmanlı) באדייט די שבטים-נאכפאלגער פון אטמאן אין דעם פערצטן יארהונדערט. שפעטער האט מען געניצט דעם נאמען פאר די חשובע מענטשן אין די מיליטער און אדמיניסטראציע. דאס ווארט "טערק" (Türk) אבער האט מען געניצט פאר די אנאטאלישע פויערן און שבטים־באפעלקערונג.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין דעם 13טן יארהונדערט איז אנאטאליע געווען צעטיילט אין א געלאטעכץ פון אומאפהענגיקע טערקישע פרינציפאליטעטן, באקאנט ווי די אנאטאלישע בייליקן. איינער פון די דאזיגע בייליקן, אין דעם געגנט פון ביטיניע אויפן גרענעץ פון דער ביזאנטישער אימפעריע, איז געווען אנגעפירט דורכן טערקישן שבט־אנפֿירער אסמאן (געש׳ 1324), א מענטש פון וועמען מען ווייסט כמעט גארנישט, און פון וועמען שטאמט דער נאמען אטאמאן. די ערשטע נאכפאלגער פון אסמאן זענען געווען סיי פון טערקישע אפשטאם סיי ביזאנטישע רענעגאנטן, א גרויסער טייל פון זיי געווארענע מוסולמענער. אסמאן האט פארשפרייט זיין פרינציפאליטעט ווען ער האט באהערשט ביזאנטישע שטעט לענגאויס דעם טייך סאקאריע. ס׳זענען נישט פאראן קיין סך מקורות וועגן דער תקופה, דערפאר איז נישט קלאר וויאזוי די פריערדיגע אטאמאנען האבן געדאנזשעט צו געוועלטיקן איבער זייערע שכנים.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]