קרייצצוג

פֿון װיקיפּעדיע

די קרייצצוגן זענען געווען קעמפערישע אקציעס אונטערגענומען דורך קריסטליכע מדינות און געשטיצט דורך די פויבסטן. די מלחמות זיינען פארגעקומען אין דעם מיטל אלטער צווישן דעם 11טן י"ה און 13טן י"ה.

דאס ווארט קרייצצוג איז לכאורה א צוזאמנשטעל פון צוויי ווערטער, "קרייץ" און "צוג", די מאסן קעמפער וועלכע האבן זיך באטייליגט אין די אקציעס האבן געפארעמט וואס האט אויסגעקוקט ווי א פארנדיגער "צוג", און דער "קרייץ" איז געווען זייער פאן אונטער וואס זיי האבן מארשירט און אין וועמענ'ס נאמען זיי האבן בארעכטיגט זייערע טהאטן.

אין אנפאנג איז די ציל פון די קרייצצוגלער געווען בלויז איינצונעמען ירושלים פון די מוסולמענער, אבער שפעטער האבן זיי דאס פארוואנדעלט צו נאך מלחמות אויך אין אנדערע ערטער.

היינטיגע צייטן טוט מען אויך אנרופען אלגעמיינע קעמפפערס מיטן נאמען "קרייצצוג" אויב זיי פירן מלחמה מיט א צוועק אייננצועמען דעם צווייטן צוליב אידיאלאגישע אדער רעליגיעזע סיבות. ווי צ.ב.ש. אמעריקעס מלחמה קעגן איראק ווערט אנגערופען דורך די קעגנערס אלס: בוש'ס פערזענליכע קרייצוג.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך די תקופה ווען די פראנצויזישע קארל אימפעריע איז אונטערגעגאנגען אין אייראפע צום ענדע פונעם 9טן י"ה, און אין דער צייט ווען קריסטענטום האט זיך אויסגעשפרייט איבער די גרעניצן פון גארער אייראפע, איז אויסגעקומען אז אן א שיעור קעמפער האבן נישט געהאט וואס צו טאן.

עס האט דאן געהערשט זייער א איבער געפרומטע רעליגיעזע שטימונג צווישען די מאסען, מענטשן האבן אדאפטירט רעליגיע און עס האט געהערשט א געוואלדיגע אויפוועקונג צו קריסטענטום, די קירכע האט אויך געשפילט א גרויס ראלע אין דעם דורך פארשפרייטן רעליגיעזע פראפאגאנדע, און פראקלאמירט אז עס איז רעכט צו גיין אין קאמף כדי איינצונעמען דאס הייליגע לאנד און בעיקר די שטאט ירושלים (דער פלאץ ווי יוזל איז געשטארבען) פון די מוסלומענער. דאס אלעס האט בייגעשטייערט אז ווען די ערשטע קרייצוג האט זיך אנגעהויבן האט דער המון עם אין פולען מערהייט דאס גענצליך געשטיצט.

א שארפער מוסלומענער אקט קעגן קריסטן האט אויך שטארק צוגעגעבן צו די שטימונג. אין יאר ד'תשס"ט (1009) האט דער קאליף פון מצרים אל-חכים בי-אמר צושטערט די הויפט קריסטליכע קלויסטער אין אלט שטאט ירושלים ווי לויט די קריסטליכע גלייבונג איז דארט יוזל געשטארבען און באגראבן געווארן, דאס האט געמיינט אז קריסטן האבן מער נישט געקענט עולה רגל זיין צו זייער פארהייליגסטן אפגאט פלאץ. כאטש דער קאליף'ס נאכפאלגער האט אונטער גאר שווערע אומשטענדען ערלויבט מען זאל צוריק איבערבויען דעם קלויסטער און קריסטען האבן ווידער אנגעהויבן דארט צו באזוכען, האבן זיך אבער פארשפרייט שמועות אין די קריסטליכע וועלט אז די מוסלומענער זענען זייער גרויזאם צו די קריסטען. דאס האט צוגעגאסן אויל צום פייער און געפירט צו די צוזאמענשטעל פון די קרייצוג.

ביי ענדע פון 11טן י"ה זיינען די קריסטן געווען פארמישט אין א מלחמה מיט די אראבער ארום טערקיי, די מלחמה פירער האבן דאן געבעטן הילף פונעם פויבסט. דער פויבסט'ס ענטפער איז געווען אסאך א גרעסערער אבער זונלאזער, נישט נאר האט ער געשטיצט די מלחמה אין טערקיי, נאר אויך באפוילן צו גיין איינעמען ירושלים. אזוי האט זיך אנגעהויבן דער ערשטער פון די קרייצוגען.

די קרייצצוגן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זיינען געווען אסאך קרייצוגען, אבער נישט אלע האבן באקומען אפציעלע נומערן וויבאלד זיי זיינען נישט געווען גענוג וויכטיג.

דער ציל פון רוב קרייצצוגן איז געווען איינצונעמען ירושלים, אבער אסאך זענען אויך געווען סתם מלחמות קעגן נישט קריסטען און פערזענליכע פיינט פון די פויבסט.

די פאלגנדע איז א ליסטע פון די גרויסע קרייצצוגן:

ערשטע קרייצצוג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאכדעם ווי די קריסטן האבן געבעטן הילף פון די פויבסטן, האט ער געבעטן די מאסן אין ד'תתי"ט (1095) צו גיין העלפן אין די פארעם פון די קרייצוגלער אין די מלמחה אנטקעגן די טערקן, ווען די קרייצוגלער האבן שטארק געווונען, זיינען זיי ארויס געגאנגען אויף ירושלים, און האבן איר איינגענומען פון די מוסולמענער הענט אין יאר ד'תתנ"ט (1099). דורך אויס די מלחמה האבן זיי אויסגע'הרגעט אלע איינווויאנער אויך יידן, און זיי פאברענט אין זייערע שולן.

צווייטע קרייצוגלער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

(ד'תתק"ז - ד'תתק"ט) נאך א שטיק צייט פון רעלאטיוו שטילקייט ווען די מוסלומענער און קריסטן האבן געלעבט גאנץ שיין איינס נעבן צווייטן אין ירושלים, בערנארד פון קלערוואקס האט גפערעדיגט א נייע קרייצוג ווען די שטעטל אדעסע איז געפאלן צו די טערקען. פרנצויזישע און דייטשע ארמייען אונטער לואיס די זיבטער פון פראנקרייך און קאנארד די דריטער פון דייטשלאנד, האבן מארשירט קיין אזיע אין יאר 1147 און האבן נישט צופיל אויספיעט צו טאן, און האבן פאקטיש אויסגעשטעלט צו פארלירן אנדערע קרייצוג שטעט דורך אן אנייגשטעלטע און דורךגעפאלנע אטאקע אויף דמשק. ביי די יאר 1149 ביידע פירער האבן זיך צוריקגעקערט צו זייערע וויאינערעטער אנע גרויסע אויפטוען.

דריטע קרייצוגלער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

(ד'תתקמ"ז - ד'תתקנ"ב) אין 1187 סאלאדין די סולטאן פון מצרים האט צוריק גענומען ירושלים פון די קריסטן. פויבסט גרעגארי די אכטע האט דאן גערופן פאר א קרייצוג וואס איז געווען אנגעפירט דורך איירופעס זייער וויכטיגע פירערס: פיליף די צווייטע פון פראנקרייך, ריכארד דער ערשטער פון ענגלאנד, און פרעדריק דער ערשטער. פרעדריק האט זיך דערטרינקן אין 1190 איבערלאזנדיג א וואקלדיגע פריינטשאפט צווישען די ענגלישע און פראנצויזן. פיליף האט פארלאזט די קרייצוג און 1191 נאכדעם וואס די קריסטן האבן איינגענומען עכו, די קרייצוג האבן דאן מארשירט דרום אויף די ים הגדול בארטענס, ביז זיי זענען אנגעקומען צו ארשוף ווי זיי האבן באזיגט די מוסלומענער. זיי האבן אבער געליטן פון הונגער און דארשט און האבן נישט געקענט אנהאלטן זייער געווינס. אין 1192 האט ריכארד דערגרייכט אן אפמאך מיט סאלאדין און ער איז דערנאך צוריקגעפארן קיין ענגלאנד. אויפן וועג האט זיך ריכארדס שיף צעבראכן און ער האט זיך געמוזט אפשטעלן אין עסטרייך, אין עסטרייך האט אים זיין פיינט דוק לעאפאלד געפאנגען און איבערגעגעבן פאר פרעדריקס זון הענרי די פינפטע און ער איז געהאלטן געווארן פאר א קעניגליכע אויסלייז געלט. ביי 1197 האט הענרי געוואלט אנפאנגן נאך א קרייצוג אבער ער איז קראנק געווארן און געשטארבן פון מאלאריא.

פערטע קרייצוגלער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פערטע קרייצוג האט זיך אנגעהויבן ביי דער דריטער אינאקענט פויבסט אין יאר ד'תתקס"ב (1202), מיטן געדאנק צו אטאקטירן די הייליגע לאנד ירושלים פון די מוסלעמענער די כופרים. אבער די ווענעדיגע האבן פארענדערט דאס ציל פון די קרייצוג, און האבן אריבער צו קאנסטאנטינאפעל (וואס הייסט היינט "איסטאמבול") ווו זיי האבן געפרובט באזעצן א ביזאנטינער אויפן קעניגס שטול. נאך א סעריע פון אויסבראכס, איז קאנסטאנטינאפעל געווארן גערויבט אין יאר ד'תתקס"ד (1204). די קרייצוג איז דורכגעפאלן, וויל צום ענדע איז זי נישט אנגעקומען אין ארץ ישראל.

אלביגענזער קרייצצוגלער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער אלביגענזער קרייצצוגלער האט זיך אנגעהויבן אום ד'תתקס"ט (1209) איר צוועק איז געווען צו פארטרייבן די קאטארערס פון דרום זייט פראנקרייך.

קינדער קרייצוגלער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

(ד'תתקע"ב)

פינפטע קרייצוגלער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

(ד'תתקע"ז - ד'תתקפ"א)

זעקסטע קרייצוגלער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיבעטע קרייצוגלער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קרייצצוג

אכטע קרייצוגלער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ניינטע קרייצוגלער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צפון קרייצוגלער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די אויפטוען און נאכווייען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אייראפע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מוסולמענער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אידן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פיל יידן זיינען געמארדעט געווארן ביי די קרייצוג אין יאר תתנ"ו. אזעלכע האבן זיך גענומען זייער לעבן אויף קידוש השם, אויך האבן פילע אידן אליינס געשחטן זייערע אייגענע ווייבער און קינדער[פֿעלט אַ מקור] כדי זיי זאלן זיך נישט שמד'ן צו די קריסטן. דאס איז איינע פון די סיבות וואס מען פירט זיך מיט מנהגי אבלות אין די ספירת העומר, ווייל די קרייצוג האט זיך אנגעפאנגען אין די תקופה.

די קאקויסעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זייער אויסקוק אין די וועלט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]