קריסטנטום

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קריסטן)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער צלם איז דער סימבאל פון קריסטנטום.

קריסטנטום איז אן אבראהאמישע רעליגיע, איינע פון די גרעסטע מאנאטעיסטישע גלויבן און רעליגיעס אויף דער וועלט מיט מער ווי 2.1 מיליאַרד גלױבערס. עס איז געגרינדעט געװאָרן אין ארץ ישראל פֿאַר כּמעט צװײ טױזנט יאָר. זיי גלויבן אז ישו איז א זון פון גאט. און ער האט זיי באאנדערש די מצוות. א מאל האבן די קריסטן געווען יידן וואס האטן געגלויבט אויף ישו, און שפעטער האבן זי בהויפטעט וואס די תורה גילט נישט מירער, האט אבגעלאסט די מצוות אונד אנגעהייבט אריינעהמען גויים אוהנע מילה אונד קבלת עול. זייטדעם זינד זי יוצא געווען מכלל ישראל, און רז"ל זענען מכוון אויף זיי (אונטער אנדערע) אין ברכת המינים.

קריסטנטום האט פארשידענע שטרעמונגען. די גרעסטע אפטיילונג איז צווישן די מערבדיקע שטרעמונגען וואס האבן זיך פארשפרייט אין צענטראל און מערב אייראפע און האבן געשטאמט פון רוים און געניצט די לאטיינישע שפראך, און די מזרחדיקע אדער ״ארטאדאקסע" שטרעמונגען וואס האבן זיך פארשפרייט אין מזרח אייראפע פון קושטא און דער ביזאנטישער אימפעריע און האבן געניצט די גריכישע שפראך און טייל אויך שפעטער צירילישע שפראכן. די וועסטליכע שטרעמונגן זינד צוגטיילט צווישען קטוליקען, וואס זינד געהארזאם צום פאפסט און די קאטולישע קירכע, און פראטעסטאנטן וואס זינד א ביס'ל ווי קראים און גלייבן וואס יעדער דארף מפרש זיין די נייער טעסטאמענט וויזוי ער וויל. אין מזרח ס'דא די ארטאדאקסען, וואס האלטן דער גלח פון קושטא אלס איר אנפירער, און די אריינטאלען, וואס זינד מוחרם געווען פון די געזמאט-קריסטנטום אם ד'רי"א וייל זי האט נישט אנערקאנט די עיקרי אמונה פון די כאלקעדונער עצרת.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]