יוסף מאיר ווייס
געבורט | 15 מערץ 1838 | |
---|---|---|
טויט | 26 מאי 1909 (אלט 71) | |
פאך | רב | |
רבי יוסף מאיר ווייס (י"ח אדר ה'תקצ"ח, מונקאטש – ו' אייר ה'תרס"ט, ספינקא) איז געווען אן אדמו"ר און א מקובל, און דער גרינדער פון ספינקער חסידות. ער האט געשריבן זיינע תורות אין דעם ספר "אמרי יוסף", אויף וועלכן נאמען ער איז באקאנט.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוסף מאיר איז געבוירן געווארן אין מונקאטש, עסטרייכער אימפעריע (היינט אוקראינע), צו זיין פאטער הרב שמואל צבי ווייס, דער שטאטס רב, און זיין מוטער, א טאכטער פון ר' צבי הירש עסטרייכער פון דראהביטש, א דיין אינעם בני יששכרס בית דין.[1] ער האט געלערנט ביים מהר"ם א"ש, דער אונגווארער רב, הרב שמואל שמעלקא, רב פון סעליש, און זיין פעטער רבי יצחק אייזיק ווייס רב פון סוואליאווע. ווען ער איז געווען נאך יונג האט דאס חסידות אים געצויגן און ער פלעג פארן צום בעלזער רב און צום "צמח צדיק" פון וויזשניץ.
אין תרי"ד איז זיין מוטער געשטארבן. ער האט דאן חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' מרדכי פון בורשא; זי איז אבער נפטר געווען דריי יאר שפעטער.
פון זיין זיווג שני האט ער געהאט צוויי טעכטער; זיין ווייב איז נפטר געווארן אין תרכ"ח.
נאך דער צווייטער חתונה איז ער געווארן זייער נאנט צום אדמו"ר רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשוב, ביז ער איז געווארן זיין חשובסטער תלמיד; ער איז געווען זיין רבי מובהק אין חסידות.
אין תר"ל האט ער געהייראט זיין זיווג שלישי, מרת פערל, די טאכטער פון החסיד ר' עזרא יעקב באש פון ספינקא און די אלמנה פון רבי יונתן בנימין פאלאק.
דאס זעלבע יאר האט דער זידיטשויווער מכתיר געווען אים פאר א רבי'ן, אבער ער האט נישט געוואלט פירן ווען זיין רבי האט נאך געלעבט. נאך זיין רבי'נס פטירה אין תרל"ו, האט ער אנגהויבן פירן א רביסטעווע אין ספינקא, און אסאך זידיטשויווער חסידים זענען געווארן זיינע חסידים, צוזאמען מיט פיל יידן פון אונגארן און גאליציע.
נאך זיין פטירה האט זיין זון רבי יצחק אייזיק געפירט ווייטער די רביסטעווע. זיין איידעם, דער פוסק רבי נחמן כהנא, מחבר פונעם הלכה ספר "ארחות חיים", איז נפטר געווארן בחיי חותנו.
ער איז נפטר געווארן ו' אייר תרס"ט און מען האט אים באגראבן אין ספינקא. אין תשל"ב האט מען ארויפגעברענגט זיינע ביינער אין ארץ ישראל, און מען האט זיי קובר געווען אין דעם סגולה בית החיים אין פתח תקווה.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוסף מאיר האט געהייראט בזיווג ראשון די טאכטער פון ר' מרדכי פון בורשא.
בזיווג שני האט ער געהאט צוויי טעכטער:
- מרת מלכה, ווייב פון איר שטיף־ברודער רבי אביגדור פאלאק, זון פון רבי יונתן בנימין פאלאק
- נאך א טאכטער
בזיווג שלישי האט ער געהייראט מרת פערל, טאכטער פון ר' עזרא יעקב באש פון ספינקא און אלמנה פון רבי יונתן בנימין פאלאק. זייערע קינדער:
- רבי יצחק אייזיק, דער "חקל יצחק" פון ספינקא, ממלא מקום פון זיין פאטער
- די ווייב פון רבי נחמן כהנא, מחבר פון "ארחות חיים"
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ יארצייט פונעם אמרי יוסף ביי לדעת.נט