יצחק אייזיק ווייס
געבורט |
1874 רומעניע | |
---|---|---|
טויט |
4 יוני 1944 (אלט 70 בערך) אוישוויץ, נאצי דייטשלאנד | |
פאך | רב | |
רבי יצחק אייזיק ווייס (ה'תרל"ה – י"ג סיון ה'תש"ד) איז געווען דער צווייטער רבי פונעם ספינקער חסידות. זיינע תורות זענען געשריבן אין דעם ספר "חקל יצחק".
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יצחק אייזיק איז געבוירן געווארן אין ספינקא, מאראמאראש, עסטרייך אונגארישע אימפעריע (היינט אוקראינע), צו זיין פאטער הרב יוסף מאיר ווייס, זון פון הרב שמואל צבי ווייס, דער שטאטס רב, און זיין מוטער, מרת פערל, טאכטער פון ר' עזרא יעקב באש פון ספינקא.
ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי ישכר בעריש אייכנשטיין פון ווערעצקי. אלס יונגערמאן האט ער שוין געטוישט שאלות און תשובות מיט די גדולי הדור, ווי רבי יעקב וויידנפעלד מחבר פון "כוכב מיעקב (דער רימליווער רב), רבי יצחק אלחנן ספעקטאר (קאוונער רב), רבי חיים חזקיהו מדיני, מחבר פון "שדי חמד", דער מהרש"ם פון בערזאן און הרב יצחק שמעלקיס מחבר פון "בית יצחק" (לעמבערגער רב)
נאך דער פטירה פון זיין פאטער אין תרס"ט האט ער איבערגענומען די ספינקער רביסטעווע, וואס איז געווארן איינע פון די דריי גרויסע חסידישע הויפן אין אונגארן. ערב סוכות תרע"ז, ביי דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען די רוסישע ארמיי איז אריין אין ספינקא, איז ער אנטלאפן קיין בודאפעשט. דערנאך האט ער געצויגן זיין הויף קיין מונקאטש, וואו ער האט אויפגעשטעלט די "אמרי יוסף" ישיבה. ער האט אבער געהאט רדיפות פונעם מונקאטשער רב און אין יאר תר"ץ האט ער אריבערגעפירט זיין הויף קיין סעליש.
ער האט געלערנט מיט גרויסער התמדה. ביינאכט האט ער אויפגענומען דעם עולם ביז עלעווע, און שוין פאר האלב דריי האט מען אים שוין געהערט לענרנען לעבעדיק.
אסרו חג פון פסח תש"ד האבן די נאציס אריינגעלייגט די יידן פון סעליש אין א געטא. דער ספינקער רבי האט געהאט וויזאס צו פארן קיין פאראייניגטן קעניגרייך אדער ארץ ישראל, אבער ער האט נישט מסכים געווען פארלאזן זיין קהילה. א' סיון האט מען זיי פארטריבן קיין אוישוויץ, וואו ער איז אומגעקומען על קידוש השם י"ג סיון.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוסף מאיר האט געהייראט די טאכטער פון רבי ישכר בעריש אייכנשטיין פון ווערעצקי. זיי האבן געהאט דריי קינדער:
- רבי ישראל חיים
- רבי נפתלי צבי, רב פון בילקע, מאראמאראש
- הינדא שיינדל, די ווייב פון רבי אברהם אביש הורוויץ, רב פון קראלי
זיינע קינדער זענען אלע אומגעקומען ביים חורבן אייראפע. זיין אייניקל רבי יעקב יוסף ווייס, זון פון רבי ישראל חיים, איז געווארן ספינקער רבי נאך דער מלחמה.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שבת בשבתו, נומער 1086, י"א סיון תשע"ה