ישראל פרידמאן (טשארטקאוו)
רבי ישראל פרידמאן זצ"ל (י' אייר ה'תרי"ד - י"ג כסלו ה'תרצ"ד), איז געווען דער צווייטער טשארטקאווער רבי.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל איז געבוירן אין פאטיק, י' אייר ה'תרי"ד, צו זיין פאטער הרב דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת פייגל, א טאכטער פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאביל. ער האט געהאט דעם נאמען "ישראל" נאך זיין זיידער דער רוזשינער.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין עלטער פון דריי יאר האט רבי ישראל'ס זיידע רבי אהרן פון טשערנאבל געזאגט אויף אים: ער וועט זיין א גרויסער מנהיג ישראל. שוין אין זיינע יונגע יארן האט רבי ישראל ערשטוינט די גדולי ישראל מיט זיין גרויסקייט אין לערנען.
הושענא רבה ביינאכט ה'תרס"ד א האלבע שטונדע פאר זיין פאטער איז נפטר געווארן, האט דער פאטער געהייסן ברענגען זיין שטול און באפוילן זיין זון רבי ישראל זאל זיך זעצן אויף דער שטול און ערפילן זיין ארט. ווען רבי ישראל האט נישט געוואלט זיך זעצן האט דער פאטער אים נאך אמאל באפוילן. רבי ישראל האט זיך געזעצט און גלייך אויפגעשטעלט, ביז דער פאטער האט אים שטרענג געזאגט ער זאל בלייבן זיצן און אים אנגעוואונטשן: "דו זאלסט זיין א רבי, און אלע ברכות וואס די וועסט ווינטשן יידישע קינדער זאלן גערעכנט ווערן ווי איך האב זיי געוואונטשן, און זאלסט זוכה זיין ארויף צוגיין צוזאמען מיט יידישע קינדער קיין ארץ ישראל", און באפוילן רבי ישראל זאל ענטפערן "אמן", האט ער געזאגט "אמן, מיט דיר אין איינעם".
טויזנטער חסידים האבן געשטראמט צו זיין הויף. צווישן זיי זענען געווען רבנים און גדולי תורה, ווי רבי מאיר שפירא וואס האט געגרנידעם דעם דף היומי.
רבי ישראל איז געווען שטארק פארזארגט איבער די אלע אויפגעקלערטע און פרייע באוועגונגן וואס האבן זיך געשאפן אין יענע יארן אפצורייצן דעם יידישן יוגנט פון יידישקייט, אין יאר ה'תרע"ב האט רבי ישראל אויפגעשטעלט די ארגאניזאציע הסתדרות החרדים אין טשערנאוויץ צוזאמען מיט די אנדערע רוזשינער רבי'ס, וויזשניצער און קאסאווער רבי'ס, אויף צו באקעמפן די אלע אויפגעקלערטע און פרייע באוועגונגען, וועלכע איז שפעטער געווארן א טייל פון אגודת ישראל.
ביים ערשטן וועלט קריג איז רבי ישראל אנטלאפן קיין וויען, ער האט זיך דארט באזעצט און נישט מער געוואלט צוריק פארן נאכן קריג, וויבאלד וויען איז נענטער קיין ארץ ישראל.
ביי דער גרינדונג פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אלול ה'תרפ"ג איז אויסגעוועלט געווארן די דריי אויסגערופנסטע גדולי ישראל אלס עהרע פרעזידענט, רבי ישראל, דער חפץ חיים און דער אמרי אמת.
זיינע תורות זענען געדרוקט אין "גנזי ישראל".
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל איז נפטר געווארן ערב שבת י"ג כסלו ה'תרצ"ד, און ליגט אין וויען.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ד' סיון ה'תרל"א האט רבי ישראל געהייראט מרת שבע רוחמה, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא . זייערע קינדער:
- הרב נחום מרדכי פרידמאן (י"ז שבט ה'תרל"ד - י"ח אדר ב' ה'תש"ו), פון טשארטקאוו, ער ליגט אין הר הזיתים.
- הרב דוב בער פרידמאן (ה'תרמ"ב - כ"ד אלול ה'תרצ"ו), פון טשארטקאוו, ער ליגט אין וויען. זיין זון דור משה האט זיך געראטעוועט און איז געצויגן קיין לאנדאן.
- מרת מרים, די ווייב פון הרב מנחם נחום פרידמאן (ה'תרל"ט - כ"א סיון ה'תרצ"ג), פון איצקאן, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל פרידמאן פון אדזשאד. זי איז נפטר געווארן אין פאריז און מען האט זי ארויפגעפירט קיין ארץ ישראל און זי ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב
- מרת חוה ( - ט"ז סיון ה'תש"ג), די ווייב פון הרב צבי אריה טווערסקי (ה'תר"ן - ח"י מנחם אב ה'תשכ"ח), פון זלאטיפאל. ער ליגט אין הר הזיתים
חשובע חסידים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי יהודה מאיר שפירא
- רבי שלום מרדכי הכהן שוואדראן
- רבי מאיר אריק
- הרב דוב בעריש וויידנפעלד - דער טשעבינער רב
- הרב משה חיים לאו - פיעטרקאווער רב (פאטער פון הרב ישראל מאיר לאו)
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ר' ישראל טשארטקאווער אין "The Golden Dynasty" (פרק 11) (ארכיווירט 27.05.2011 ביי דער Wayback Machine) (אויף ענגליש)
- אדמו"רי צ'ורטקוב: דוד משה פרידמן ובנו ישראל
- הקפוטה של האדמו"ר ישראל פרידמן מצ'ורטקוב
- לזכר יהודי צ'ורטקוב שנספו בשואה (אויף העברעיש)
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו