דוב בער פרידמאן

פֿון װיקיפּעדיע

רבי דוב בער פרידמאן זצ"ל (ה'תרמ"ב - כ"ד אלול ה'תרצ"ו), פון טשארטקאוו.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי בער'ניו איז געבוירן אין טשארטקאוו, אין יאר ה'תרל"ד, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן, פון טשארטקאוו, א זון פון הרב דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת שבע רוחמה, א טאכטער פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך זיין חתונה איז רבי בער'ניו געבליבן אין באיאן ביי זיין שווער פיפצען יאר ביז די ערשטע וועלט קריג, ווען ער איז אנטלאפן קיין וויען.

זיין פאטער האט אים באפוילן זיך אריין צוטוהן אלס אקטיווער מיטארבייטער פון אגודת ישראל, ווי ער איז שפעטער אויסגעוועלט געווארן אלס מעמבער פון וועד הפועל העולמי פון אגו"י.

נאך די פטירה פון פאטער י"ג כסלו ה'תרצ"ד, האט זיין עלטערער ברודער רבי נחום מאט'ניו נישט געוואלט איבערנעמען די רביסטעווע פון פאטער, ווען זיין מוטער האט אים באפוילן אז ער מיז אנהייבן צו פראוון, האט ער געפויעלט ביי רבי בערניו זאל פראוון מיט אים אונאיינעם.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי בערניו איז נפטר געווארן כ"ד אלול ה'תרצ"ו, און ליגט אין וויען.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

י"ז סיון ה'תרנ"ט האט רבי בער'ניו געהייראט אין באיאן מרת מרים, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין מוטער'ס ברודער) הרב יצחק פרידמאן פון באיאן . זייערע קינדער:

  • הילד אברהם יעקב פרידמאן.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (13)
  1. די גאלדענע דינאסטיע