אהרן טווערסקי פון טשערנאביל
רבי אהרן טווערסקי | ||
---|---|---|
טשערנאבלער רבי | ||
געבורט | ה'תקמ"ד טשערנאבל | |
פטירה | ח' כסלו תרל"ב | |
קבורה ארט | טשערנאבל | |
חסידות | טשערנאבילער גזע | |
הויף ארט | טשערנאבל | |
נומער אין דינאסטיע | דריטער | |
פאריגער | רבי מרדכי טווערסקי | |
נאכפאלגער | רבי ישעיה משולם זושא (זון) | |
פאטער | רבי מרדכי טווערסקי | |
מוטער | שרה פון קארלין | |
קינדער | חיה שרה, פערל | |
קינדער 2 | מנחם נחום פון לאיעוו, ישעיה משולם זושא פון טשערנאבל ברוך אשר, פייגא פרידמאן |
רבי אהרן טווערסקי זצ"ל (ה'תקמ"ד - ח' כסלו ה'תרל"ב), מגיד פון טשערנאביל. דער דריטער טשערנאבילער רבי.
אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אהרן איז געבוירן אין טשערנאביל אין יאר ה'תקמ"ז, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת חיה שרה, א טאכטער פון הרב אהרן (הגדול) פון קארלין.
רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
ווען רבי אהרן איז נאך געווען א יונגערמאן האט זיין פאטער אים באפוילן ער זאל שוין אנהייבן פראווען רעביסטעווע, און ער האט דעמאלס אויך באקומען סמיכה פון רבי ברוך מעזשביזשער. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקצ"ז האט רבי אהרן איבערגענומען דעם פאטער'ס ארט.
רבי אהרן איז געווען דער פרעזידענט פון דער צדקה קאסע רמבעה"נ, און ער האט אסאך געטוהן פאר דעם יישוב פון ארץ ישראל.
הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אהרן איז נפטר געווארן ח' כסלו ה'תרל"ב, און ער ליגט אין טשערנאביל.
זיין פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אהרן האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב גדליה פון ליניץ, דער פארפאסער פון דעם ספר תשואות חן. זייערע קינדער:
- מרת חיה שרה, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב ישראל, א זון פון הרב יצחק אייזיק פון דובראוונא, און אן אייניקל פון הרב נחמן מברסלב. בזיווג שני די ווייב פון הרב שלמה גאטליב פון לודמיר, א זון פון הרב משה גאטליב, פון לודמיר, א זון פון הרב שלמה גאטליב פון קארלין באקאנט אלס רבי שלמה פון קארלין.
- פון איר ערשטן זיווג:
- הרב גדליה פון מאלין.
- פון איר צווייטן זיווג:
- הרב מנחם נחום גאטליב פון לודמיר. ער האט געהייראט מרת מינטשע א טאכטער פון הרב מנחם מאניש מרגליות רב אין מאציעוו.
- מרת מרים, די ווייב פון הרב ישכר דוב אייכנשטיין רב אין חאדאראוו, אן אור-אייניקל פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשוב.
- מרת פערל, די ווייב פון הרב יצחק פון בערעזנא, אן אייניקל פון רבי מיכל זלאטשאווער.
- רבי יוסף פון ברעזנא.
בזיווג שני האט רבי אהרן געהייראט א טאכטער פון הרב צבי פון קאריסטשאוו, א זון פון הרב אברהם פון קאריסטשאוו, אן איידעם פון מאור עינים.[1] (לויט אן אנדערע ווערסיע האט רבי אהרן געהייראט בזיווג שני מרת סימא חישא א טאכטער פון הרב אהרן טיטיעווער).[2] זייערע קינדער:
- ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת גיטל, א טאכטער פון הרב ישראל פון ליטשיניץ.
- הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי ( - י"ח תמוז ה'תרע"ד) פון טשודנאוו.
- הרב ברוך בנציון טווערסקי פון אומאן - ניו יארק.
- הרב שלום יוסף טווערסקי
- מרת ברכה די ווייב פון הרב ירחמיאל משה פון קאזשניץ.
- מרת מירל די ווייב פון הרב ישראל פון טאמאשאוו.
- די ווייב פון הרב יצחק מאיר פון ראשקאוו
- מרת בתיה די ווייב פון הרב יעקב יוסף הי"ד פון קאניעוו.
- מרת חנה הי"ד ( - ב' אלול ה'תש"ב), די ווייב פון הרב אברהם יעקב פרידמאן הי"ד (כ"ד ניסן ה'תרמ"ד - ב' אלול ה'תש"ב), פון באיאן און לעמבערג.
- בזיווג שני האט ער געהייראט מרת שיינדל, א טאכטער פון הרב דוד האראדעצקי, אן איידעם פון רבי מאטעלע טשערנאבילער.
- הרב ברוך מאיר טווערסקי ( - ה' אייר ה'תרע"א), פון זארינץ. ער האט געהייראט מרת מרים רייזל, א טאכטער פון הרב אברהם יהושע העשיל פון ליטשיניץ.
- מרת מלכה די ווייב פון הרב אריה לייביש רוקח, פון מאגראוו, א זון פון הרב יהושע רוקח רב אין בעלזא.
- מרת בתיה רבקה די ווייב פון הרב יוסף מאיר טווערסקי פון מאכניווקא.
- פון זיין ערשטן זיווג
- מרת בת שבע, די ווייב פון הרב זאב וואלף טווערסקי, פון רחמיסטריווקא - ירושלים
- מרת בתיה רחומה, די וויייב פון הרב ישכר דוב רוקח פון בעלזא.
- פון זיין צווייטן זיווג מרת שרה שיינא א טאכטער פון הרב נפתלי צבי פון טיטיעוו, א זון פון הרב ארעלע טיטיעווער.
- מרת יוכבד, די ווייב פון הרב נחום טווערסקי פון קאריסטשאוו, א זון פון הרב מרדכי טווערסקי פון קאריסטשאוו.
- מרת נחמה אדל, די ווייב פון הרב שלמה שמואל טווערסקי א זון פון איר פעטער הרב ברוך אשר טווערסקי
- הרב שלמה בנציון טווערסקי (ה'תר"ל - ח' תשרי ה'ת"ש), פון טשערנאביל.
- הרב ברוך אשר טווערסקי ( - כ"ב סיון ה'תרס"ה). ער האט געהייראט מרת רייזל א טאכטער פון הרב משה טווערסקי פון קאריסטשאוו.
- מרת פייגא ( - ב' כסלו ה'תר"ם), די ווייב פון הרב דוד משה פרידמאן (ז' סיון ה'תקפ"ז - כ"א תשרי ה'תרס"ד) , פון טשארטקאוו.
זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רעפערענצען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
- מאורי אור
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי
- ↑ ספר מאורי אור, און יצחק אלפסי, תורת החסידות
- ↑ אהרן דוד טווערסקי, ספר היחס מטשרנוביל
- ↑ יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 117, ירושלים תשנ"ה