אהרן פון קארלין
רבי אהרן (דער גרויסער) פון קארלין זצ"ל (ה'תצ"ו - י"ט ניסן ה'תקל"ב) איז געווען דער מייסד פון דעם חסידישן הויף אין קארלין, ליטא (היינט בעלארוס).
אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אהרן איז געבוירן אין יאר ה'תצ"ו צו זיין פאטער רבי יעקב.
זיין געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אהרן איז געווען א תלמיד מובהק פונעם מגיד רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי אהרן איז געווען דער ערשטער צו פארשפרייטן חסידות אין ליטא, און האט דארט אויפגעשטעלט א חסידישן הויף. דער מגיד האט געזאגט אז ווען רבי אהרן זאגט ערב שבת נאכמיטאג שיר השירים מיט זיין ספעציעלן ניגון, ווערט א טומל אויבן אין הימל, די מלאכים הערן אויף צוזאגן שירה, און נעמען זיך צוזאמען אויסצוהערן ווי רבי אהרן זינגט זיין ניגון. [פֿעלט אַ מקור]
רבי אהרן איז שטארק באוואוסט צוליב זיין ניגון "יה אכסוף" פון די שבת'דיגע זמירות. טייל פון זיינע תורות זענען געדרוקט אין ברכת אהרן און דברי אהרן.
הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אהרן איז נפטר געווארן י"ט ניסן ה'תקל"ב אין עלטער פון זעקס און דרייסיג יאר, זיין תלמיד רבי שלמה גאטליב איז געווארן זיין ממלא מקום.
פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
פון זיינע קינדער:
- הרב אשר פון סטאלין ( - כ' תשרי ה'תקפ"ז). ער איז אלט געווען צוועלף יאר ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן.
- מרת שרה די ווייב פון הרב מרדכי טווערסקי (ה'תק"ל - כ' אייר ה'תקצ"ז), מגיד פון טשערנאביל.
רעפרענצען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]