יעקב קאפל חסיד
רבי יעקב קאָפל חסיד זצ"ל ( - ט"ו אלול ה'תקמ"ז).
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי קאָפל איז געבוירן צו זיין פאטער הרב נחמיה פייוול, א זון פון הרב יעקב קאמיאל פון קאלאמייע.
מענשען פלעגן אים רופן דער שיויתי'ניק וויבאלד ער האט כסדר געזאגט צו זיך דעם פסוק שיויתי ה' לנגדי תמיד.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי קאָפל האט געוואוינט אין זיינע יונגע יארן אין קאלאמייע, און זיך ערנערט פון א קליין געוועלבעל און אויסבאהאלטן פון מענטשן זיין גרויסקייט און זיין צדקות. איינמאל איז דער הייליגער בעש"ט געווען שבת אין קאלאמייע, פרייטיג צו נאכט'ס האט דער בעש"ט געפילט אז ס'שיינט א גרויס ליכטיקייט אין שטאט, ער איז נאך געגאנגען דעם ליכטיקייט ביז ער איז אנגעקומן צו א קליין הייזקעלע, ווי ער האט געפילט אז דער שיין קומט פון דעם הייזקע איז ער אריין אינעווענדיג, האט ער געזען ווי רבי קאָפל טאנצט און זינגט לכבוד שבת מיט א געוואלדיגן ברען אָן אויפהער, און דער טיש שטייט געגרייט מיט אלעם גיטן, ווען רבי קאָפל האט געענדיגט האבן זיי זיך געגעבן שלום, האט דער בעש"ט אים געפרעגט פארוואס ער טאנצט פאר דעם עסען, האט רבי קאָפל אים געזאגט אין די זמירות זאגט מען ואם שלש אלה לפניו צגים, ערשטנס אויסגעשטעלט מען זאל קענען הנאה האבן פון דעם רוחנית פון די עסענווארג, און נאכהער עסען. דאמאלס איז רבי קאָפל געווארן נאנט צום בעשה"ק און געווארן פון זיינע תלמידים. רבי קאָפל האט געהאט א זיסע שטימע און איז געווען עפטער'ס דער בעל תפילה ביים הייליגן בעל שם טוב.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי קאָפל איז נפטר געווארן אין טיסמעניץ ט"ו אלול ה'תקמ"ז.
זיין רביצין מרת חיה איז נפטר געווארן י"ג אייר ה'תקל"ה
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי קאָפל האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב הגביר זלמן פון קאסאוו. זייערע קינדער:
- הרב יצחק, פון קאלאמייע.
- הרב מנחם מענדיל האגער (ה'תקכ"ט - י"ז חשוון ה'תקפ"ו) רב אין קאסאוו. באקאנט אלס "דער אהבת שלום".
- מרת בלומא, די ווייב פון דער שרף פון סטרעליסק
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לוי גראסמאן, שם ושארית, (תל אביב, תש"ג)
- אבן שתיה