משה פשעווארסקער
רבי משה'לע פשעווארסקער אויך באקאנט אלס רבי משה סופר (ה'ת"פ (אומגעפער) – י"ב טבת ה'תקס"ו) איז געווען א רבי פון חסידים אינעם דור נאכן רבי'ן ר' מיילעך. ער האט מחבר געווען דאס ספר "אור פני משה".
דער אור פני משה איז געווען א תלמיד פון רבי'ן רבי אלימלך זי"ע, און ער האט געשיקט זיינע קינדער זיך מסתופף זיין בצל קדשו פונעם רבי'ן פון לובלין זי"ע.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה איז געבוירן צו זיינע עלטערן רבי יצחק הלוי און הרבנית אסתר. אין זיין יוגנט האט ער געארבעט אין א קרעטשמע און דערנאך איז ער געווארן א סופר סת"ם.
ער איז געפארן צום מעזריטשער מגיד רבי דובער און נאך זיין פטירה איז ער געווארן א תלמיד מובהק פונעם רבי ר' אלימלך פון ליזשענסק. שפעטער איז ער אויך געפארן צו רבי מענדעלע רימאנאווער.
ס'איז מקובל אז רבי משה אלשיך פלעגט זיך מתגלה זיין צו אים.
ער איז געווען באקאנט אלס זייער א מהודרדיגע סופר און די גרעסטע צדיקים האבן געקויפט ביי אים.
דער רבי ר' משה פשעווארסקער איז געווען בטבעו א געוואלדיגער חלוש. מען האט דאס נאך געקענט זען פון זיין מצבה אויף זיין קבר אין פשעווארסק, אז זיי גאנצער קערפער געבוי איז געווען נישט גרעסער ווי פון א זיבן יעריג קינד, טראץ דעם איז ער געווען א געוואלדיגער עובד השם, און זיין עבודה איז געווען מיט אן אומנאטורליכע יגיעה העכער אלע מענטשליכע באגריפן.