לוי יצחק בערדיטשעווער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון לוי יצחק בארדיטשובער)
לוי יצחק בערדיטשעווער
געבורט 1740
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 5 אקטאבער 1809 (אלט 69 בערך)
בערדיטשעוו, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט בערדיטשעוו רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב, מוזיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער ציון פון רבי לוי יצחק אין דעם אלטן בית החיים. בילד פון מאי 2003
חתימת הרב הקדוש לוי יצחק מברדיטשוב

רבי לוי יצחק פון בערדיטשעוו (ה'ת"ק - כ"ה תשרי ה'תק"ע), רב אין בערדיטשעוו, פארפאסער פון דעם ספר קדושת לוי. באקאנט אלס סנגורן של ישראל.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי לוי יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר ה'ת"ק צו זיין פאטער הרב מאיר, רב אין הוסאקאוו, א זון פון הרב משה פון זאמושט. און צו זיין מוטער מרת שרה סאשע

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי לוי יצחק איז באקאנט געווארן יונגערהייט אלס דער עילוי פון ירופלב. נאך זיין חתונה איז ער געפארן צו דעם מעזריטשער מגיד, און ביי אים ער האט געלערנט א פאר יאר.

אין די יארן ה'תקכ"א ביז ה'תקכ"ה איז ער געווען א רב אין ריטשעוואל, פון ה'תקכ"ה איז ער געווען א רב אין זשעליכאוו. אין יאר ה'תקל"א איז ער אריבער קיין פינסק[1], דארטן איז ער געווען רב און ראש ישיבה. אין יאר ה'תקמ"ה האט ער פארלאזט פינסק צוליב רדיפות פון די דארטיגע מתנגדים און ער איז אריבער קיין בערדיטשעוו (אין אוקראינע), און איז דארט געווען רב ביז זיין פטירה.

רבי לוי יצחק איז באקאנט געווארן אלס געוואלדיגער ווארימער אין געפילישער מענטש, און מיט זיין אויסנאם ליבשאפט צו יעדען ייד, און שטענדיג האט ער געפרואווט נאר צו זעהן דער פאזיטיווער חלק און דאס גוטס ביי סיי וועלכען ייד.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי לוי יצחק איז נפטר געווארן כ"ה תשרי ה'תק"ע און ער ליגט אין בערדיטשעוו. (ביז צום היינטיקן טאג ציט זיין ציון יידן וואס קומען זיך אויסבעטן ישועות).

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי לוי יצחק האט געהייראט מרת פערל א טאכטער פון הרב ישראל פרץ פון לאבראטאוו. זייערע קינדער:

  • הרב מאיר ( - ה'תקמ"ו) (ער איז נפטר געווארן נאך ביים פאטער'ס לעבען), פארפאסער פון ספר כתר תורה
  • הרב ישראל דערבארימדיגער ( - כ"ג אלול ה'תקע"ח), רב אין פיקאוו, נאכהער איז ער געווען ממלא מקום פון פאטער'ס ארט, [2] "לקוטי מהרי"ן ותולדות יצחק בן לוי".

פון זיינע תלמידים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • רבי אהרון פון זשיטאמיר
  • רבי אברהם דוד וואהרמאן
  • רבי ישראל פון קאזשניץ
  • רבי אברהם מרדכי פון פינטשוב
  • רבי יוסף פון נעמירוב

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. יצחק אלפסי, שנה בשנה תשס"ג., archived from the original on 2005-05-03, https://web.archive.org/web/20050503081146/http://www.daat.co.il/daat/kitveyet/shana/alfasi-1.htm, דערגרייכט 2008-10-19 
  2. צייטונג דער איד ט תשרי תשס"ט