לדלג לתוכן

נחום מרדכי פרידמאן

פֿון װיקיפּעדיע
נחום מרדכי פרידמאן
געבורט 1874
טשארטקאוו, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1946 (אלט 72 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
נחום מרדכי פרידמאן
{{{באשרייבונג}}}
געבורט י"ז שבט ה'תרל"ד
טשארטקאוו
פטירה י"ח אדר ב' ה'תש"ו)
חסידות טשארטקאוו
נומער אין דינאסטיע 3

רבי נחום מרדכי פרידמאן זצ"ל (י"ז שבט ה'תרל"ד - י"ח אדר ב' ה'תש"ו), פון טשארטקאוו.

רבי נחום מאט'ניו איז געבוירן אין טשארטקאוו, י"ז שבט ה'תרל"ד, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן, פון טשארטקאוו, א זון פון הרב דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת שבע רוחמה, א טאכטער פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא.

נאך דער פטירה פון פאטער י"ג כסלו ה'תרצ"ד, האט רבי נחום מאט'ניו נישט געוואלט איבערנעמען די רביסטעווע פון פאטער, ווען זיין מוטער האט אים באפוילן אז ער מיז אנהייבן צו פראוון האט ער געפויעלט ביי זיין יונגערן ברודער רבי בערניו זאל פראוון מיט אים אונאיינעם.

רבי נחום מאט'ניו איז געלונגען אין יאר ה'תרצ"ו צו אנטלויפן פון וויען קיין ארץ ישראל אין די לעצטע מאמענטן פאר דער דייטש ימ"ש איז אריין קיין וויען.

רבי נחום מאט'ניו איז נפטר געווארן י"ח אדר ב' ה'תש"ו, און ליגט אין הר הזיתים.

זיין רביצין איז נפטר געווארן י"ג חשוון ה'תשי"ט אין ליגט אין הר הזיתים.

י"ז מנחם אב ה'תרנ"ב האט רבי נחום מאט'ניו געהייראט אין טשארטקאוו מרת חוה לאה, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין מוטער'ס ברודער) הרב שלמה פרידמאן פון סאדיגורא . זייערע קינדער:

  • מרת גיטל, די ווייב פון ר משה מארגנשטערן, פון תל אביב.
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו