לדלג לתוכן

יוחנן טווערסקי

פֿון װיקיפּעדיע

רבי יוחנן טווערסקי (ה'תקע"ו - ד' ניסן ה'תרנ"ה) איז געווען דער גרינדער פון דעם רחמיסטריווקער חסידות.

רבי יוחנן איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ו, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס.

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקצ"ז האט רבי יוחנן נישט געוואלט פירן קיין רעביסטעווע, האלטנדיג אז ער איז נישט פאסענט (ראוי) דערצו, הערשט עטליכע יאר שפעטער ווען מען האט אים אויפגענומען אלס מגיד אין רחמיסטריווקא האט ער אנגעהויבן צו פראווען.

רבי יוחנן איז נפטר געווארן ד' ניסן ה'תרנ"ה, און ער ליגט אין רחמיסטריווקא.

רבי יוחנן האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב פנחס, רב אין קאלק. זייערע קינדער:

  • די ווייב פון הרב מרדכי טווערסקי פון שפיקאוו.
  • מאורי אור
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר