כביש שש

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
זיין סימבאל

שאסיי 6 (העברעיש: כביש שש) איז א צאל שאסיי אין ישראל פון צפון קיין דרום.

די ישראל רעגירונג האט אים באשלאסן אויפצושטעלן, מחמת פארשידענע סיבות,

איינס, עס האט געפעלט א שאסיי, וואס איז גוט און מאדערניזירט, וואס לויפט אדורך אין ישראל פון צפון צו דרום.

צוויי, די זיכער וועגן אין ישראל זענען זייער פארנומענע שאסייען וואס גייען אריבער שטעט, און עס איז דא א גרויסע פארקער, איז אין די סוף 1990ער יארן, האט ישראל באשטעטיקט זיין אויפבוי, נאכן האבן דעם פלאן שוין פון די זיבעציגער יארן.

דער שאסיי איז נאך ווייט פון פערטיג, לויטן פלאן דארף עס זיין לאנג 247 קילאמעטער, היינט איז ער 138 קילאמעטער לאנג, נאכן פארענדיקן א חלק אין צפון, וואס פארבינדעט יקנעם צום שאסיי.

צו פארן אויף דעם שאסיי צאלט מען וועגנגעלט, און עס ווערט אנקאסירט סוף חודש, עס ווערט גערעכנט עלעקטראניש, דאס צווייטע לאנד אין דער וועלט, צו האבן אזא סיסטעם נאך קאנאדע.

ישראל האט אריינגעלייגט שווערע געלטער, פארן אויפשטעלן דעם שאסיי, דער שאסיי אבער איז א פריוואט געבויטע און דאס געלט גייט פארן פריוואטער אינוועסטירער.