לדלג לתוכן

חנוכה געלט

פֿון װיקיפּעדיע

חנוכה געלט איז א מנהג, וואס מען טיילט געלט צו די קינדער חנוכה.

דער מנהג שטאמט פון דעם וואס אין די ה'ת' יארן פלעג מען חנוכה שיקן געלט מיט די קינדער פאר די מלמדים. במשך די יארן ווייזט אויס אז די קינדער האבן געבעטן געלט פאר זיך אויך.

דאס חנוכה געלט געבן עלטערן אדער קרובים. טייל ניצן דאס חנוכה געלט צו שפילן דריידל. ס'איז אויך דא א מנהג אז די קינדער געבן צדקה פונעם חנוכה געלט.

אין געוויסע חסידישע קרייזן טיילט דער רבי חנוכה געלט צו די קינדער, און מען היט דאס געלט פאר א סגולה.

ס'איז אן אלטער מנהג אז מען טיילט חנוכה געלט די פינפטע נאכט חנוכה.[1]

אין אן אויספארש געמאכט אין 2006, האבן 74 פראצענט פון עלטערן אין ישראל געטיילט חנוכה געלט צו זייערע קינדער.[2]

שאקאלאד געלט

אין די 1920ער יארן האט אן אמעריקאנער פירמע געמאכט לכבוד חנוכה שאקאלאד מטבעות איינגעוויקלט אין גאלד און זילבער פאפיר. היינט איז דאס געווארן א גרויסער מסחר חנוכה צייט.

  1. ישיבה וועבארט
  2. ynet וועבארט