ספר היובלים
מראה
ספר היובלים איז איינע פון די ספרים חיצונים אויף די תורה. עס שילדערט ווי דער מלאך הפנים חזר'ט איבער מיט משה רבינו די סיפורי התורה, מיט פונקטליכע דאטומען אויף יעדע זאך, ביים בארג סיני.
עס איז ארגינעל געשריבן געווארן אין לשה"ק, אבער איז געבליבן בשלימות נאר אין די איבערזעצונג אויף געז, און אין יאהר 1870 איז עס דערפון איבערגעזעצט געווארן אויף לשה"ק דורך שלמה רובין.
אין די אנטפלעקונג פון די מגילות ביים ים המלח האט מען געטראפן פופצן מגילות פונעם ספר, רוב דערפון נאר א חלק, מיטן ארגינעלן לשון.