שלמה רובין
געבורט |
3 אפריל 1823 דאלינע, אוקראינע |
---|---|
טויט |
14 פעברואר 1910 (אלט 86) קראקע, עסטרייך אונגארישע אימפעריע |
מדינה | עסטרייכער אימפעריע, עסטרייך אונגארישע אימפעריע |
פאך | שרייבער, איבערזעצער |
ד"ר שלמה רובין אדער ראָבין (3טן אפריל 1823 - 1טן יאנואר 1910) איז געווען פון די פריעסטע פירער פון דער השכלה באוועגונג אין גאליציע, א העברעאישער שרייבער און איבערטייטשער פון פיל קלאסישע ביכער אויף עברית.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שלמה רובין איז געבוירן געווארן דעם דריטן אפריל, יאר 1823, אין דאלינע, גאליציע, צו חסידישע עלטערן, אייניקלעך פון רבי מתתיהו, דער מחבר פון ספר "ברכת דוד", וועלכער איז דאן געזיצן אויף רבנות שטול אין שטאט דאלינע, זייענדיג דער מנהיג פון א חסידישער עדה אידן פאר צענדליגע יארן. אין די אינגע יארן האט הרב שלמה רובין באקומען אן ערליכן טראדיציאנאלן חסידישן חינוך און זיך פאררעכנט אלס תלמיד פונעם בני יששכר, רבי צבי אלימלך שפירא פון דינאוו. ער האט שוין באקומען היתר הוראה אין גאר א אינגען עלטער, און זייענדיק בלויז 17 יאר איז ער א חתן געווארן, און געהערנדיק צו א רבנישער משפחה האט אים זיין פאמיליע ערלעדיגט א רבנות פאסטן אין דער שטאט חאדאראוו, אבער רובין האט עס צוריקגעוויזן און אנשטאט אויסגעוויילט בעסער, צו גיין שטודירן און נעמען בילדונג. כדי צוקענען אויספירן זיינע שטרעבונגען איז ער אריין אין מסחר דורכאויס די טאג שעות, און ביינאכט אוועקגעגעבן צו קענען לערנען זיינע לערנונגען. נאך פינף יאר האנדלען האט ער אנגעוואוירן זיין פארמעגן, און זיך געצויגן קיין לעמבערג.
אין לעמבערג איז ער זיך געגאנגען לערנען אין שולע עטליכע שפראכן: לאטייניש, דייטש, פראנצויזיש, און איטאליעניש.
נאכוואס ער האט ער האט זיך אויסגעלערנט די שפראכן, האט ער אנגעהויבן פרואוון ציען חיונה פון דינען אלס א פריוואטער לערער אויף דייטש און עברית אין דער שטאט באלעכאוו, אבער אין ארימע אומשטענדן.
ער איז איינגערוקט געווארן אין מיליטער געגן זיין ווילן, און זיך אנגעליטן דארט צוויי יאר ביז זיין באפרייאונג. פון דארט האט ער זיך געצויגן אין זשוראוונע, און געגעבן רעדעס אין דייטש און פראנצויזיש, אויך האט ער דארט געשריבן זיין ארטיקל "קורי עכביש" אין וועלכן ער רייסט ארונטער דעם חסידישן לעבנסשטייגער. ווען מ'האט אויסגעפונען אז ער האט דאס געשריבן האט די אידישע קהילה אין שטאט אפגעריסן באציאונגען מיט אים, און ער האט פארלוירן זיין מקור הפרנסה. אויס פחד פון ווייטערדיגע שאדנס און צרות וואס דער ארטיקל קען אים נאך אנשאפן, האט ער באשלאסן עס נישט צודריקן, נאר עס פארברענט אין פייער.
אבער די רדיפות פון די חסידים האבן פון דאן אן, זיך שוין נישט אפגעשטעלט, אזוי אז ער איז געצוואונגען געווען צו אנטלויפן קיין רומעניע, וואו ער האט זיך באזעצט אין שטאט גאלאץ, און געמאכט זיין פארדינסט דורכן שרייבן פאר א צייטונג אין די נאכט שעות, און אלס אדיטאר בייטאג שעות. יענע תקופה האט ער אנגעהויבן פארשפרייטן מאמרים אין דעם וואכנבלאט "המגיד".
אין 1859 האט ער פארלוירן זיין שטעלע אין גאלאץ, און געברויכט פארלאזן רומעניע. ער האט זיך אומגעקערט קיין גאליציע, און געשטעלט געווארן מטעם דער רעגירונג אנצופירן די שולע אין באלעכאוו. אויף דעם ארבעטס פאסטן האט ער געדינט א צירקע פינף יאר, ביז די רדיפות וואס ער איז אויסגעשטאנען פון די חסידים, האבן אים געצוואונגען ווידער צונעמען דעם וואנדער שטעקן אין די הענט אריין, און עוקר זיין אין איטאליע. דארט האט ער זיך מתפרנס געווען זייענדיג א פריוואטער מלמד אין א ארטיגן עושר'ס הויז, ווען אין דער זעלבער צייט, טייטשט ער איבער די ספרים פון ר' יהודה אריה די מודינא, און ר' יהודה אברבנאל.
עס איז פארריבער א צייט, און ער האט ווידער זיך געצויגן צו דער שטאט טאגאנראג און רוסלאנד, און פארדינט אלס מלמד פרטי פאר דעם זון פון 'יעקב פאליאקאוו'. נאך צוויי יאר איז ער געפארן מיט דעם יעקב קיין וויען, דארט האט ער פובליצירט זיין ספר "שפינוזה והרמב"ם", וואס אויף דעם האט ער אין 1868 באקומען א דיפלאם און טיטול "דאקטאר אין פילאסאפיע" פון געטינגען אוניווערסיטעט, און פון דאן האט ער זיך אונטערגעחתמ'ט "דאקטאר רובין". אין וויען האט ער זיך באקענט מיט פרץ סמאלענסקין, און אים צוגעזאגט צו שרייבן פאר אים ארטיקלען פאר זיין צייטונג "השחר".
פון יאר 1895 ביז זיין טויט, האט ער געוואוינט אין קראקע, שרייבנדיג נאך פילע ספרים און מאמרים, ווי אויך איבערטייטשנדיג אסאך קלאסישע ספרים.
ער האט געלעבט ביזן ערשטן פון יאנואר, 1910.
ער איז צו אים געבוירן געווארן צוויי זין און צוויי טעכטער, אבער ביידע זענען אים נעבעך געשטארבן בחייו.
דעות און חילוקי דעות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רובין האט געהאלטן ענליך צו אנדערע משכילים זיינער צייט, דאס די אמונה פון חז"ל איז געווען ראציאנאליש, און האט גוט געשטימט לויט דער וויסנשאפט וואס זיי האבן געקענט משיג זיין אין זייער תקופה, און איז אייגענטליך געווען דאס אייניגע וואס די גויאישע וויסנשאפטלער און פילאסאפן האבן יענע יארן משיג געווען. די שיטה האט ער מפרסם געווען און אויפגעוויזן אין אסאך פון זיינע ספרים, אין וואס ער ווייזט אויף ווי שטארק געלערנט חז"ל איז געווען אין די וועלטליכע חכמות, אזוי ווייט צוזאגן, אז אפילו שפעטערדיגע אויפדעקונגען האבן זיי שוין אויך געוואוסט. (א נקודה אויף וואס פוהלע קריגן דערויף היינט)
אין צוגאב, האט ער זייענדיג א שטארקע פארערע פון ברוך שפינאזאס פאנטעאיזם, און זיינע פילאסאפישע לערנונגען בכלל – געהאלטן אז אפילו חז"ל'ס בליק אין אמונה שטימט זייער גוט, און איז עולה בקנה אחד, מיט שפינאזאס שטעלונגען. דאס האט ער געשריבן אין עטליכע ספרים. מיט דעם האט ער זיך מתווכח געווען מיט שמואל דוד לוצאטו, שרייבנדיג א באזונדער מאמר "תשובה ניצחת", אוואו ער טענה'ט אז די ספרים פון אונזער ברודער דער גרויסער אידישער פילאסאף ברוך די שפינאזא איז געבויט ביסודו אויף די תורה און חכמה פון אונזער פאלק. 'כעדות כל חכמי ישראל והאומות". אויפ'ן תורת הקבלה האט רובין געהאלטן, דאס מ'האט איר אימפאטירט פון אינדיע קיין ארץ ישראל, דורך די מיליטערלייט פון אלכסנדר מוקדונ'ס ארמייען, אין דער תקופה פון בית שני.
די דאזיגע שטעלונגען זענען אבער אנגענומען געווארן מיט התנגדות (קענגערשאפט) סיי מצד זיינע אנדערע משכילישע חבירים און זיכער מצד די ארטאדאקסן, וואס האבן געברויזט אויף זיין דרייסט צוצושטעלן די עיקרי האמונה פון אידישקייט צו דעות וואס זענען ביי די 'ארטאדאקסן' געווען פאררעכנט ווי 'פסולע השקפות'.
רובין האט זיך געציילט פון די חברי תנועת חיבת ציון, מיוסד געווארן דורך הרב צבי הירש קאלישער, און ער האט געדינט אלס גבאי פון דער ארגאניזאציע וויילנדיג אין וויען.
רובין האט אסאך מאמרים געשריבן אין די צייטונגען, און די אויסדערוועלטע אויך געדרוקט אין ספרים. פאלגנד איז א ליסטע פון זיינע ספרים, אסאך פון זיי באשטייען בלויז פון 15 ביז 40 עמודים.
- 1. ספר המדות, וויען: 1854 – קלוגע פאלקלארישע משלים, איבערגעטייטשט אויף עברית, בתוספות הערות בדקדוק.
- 2. מורה נבוכים החדש, וויען: 1856 – מספרי שפינוזה מתורגמים לעברית בתוספת מבוא והקדמה לתולדות חיי שפינוזה.
- 3. תשובה נצחת, לעמבערג: 1859 – א תשובה אויף די קריטיק פון שלמה דוד ליצאטו, אויף שפינוזה אין זיין ספר "בית האוצר" לשכה א.
- 4. גאון יהודה וירושלים, וויען: 1870 – א אויסמאלונג איבער די אידישע קליידונג בימי קדם.
- 5. סוד הספירות, וויען: 1873 – מחקר אודות הספירות והשוואתם למסורות עמים אחרים.
- 6. מנחם הבבלי, וויען: 1873 – די דעות פון די אור אלטע פרסיים, און די אנדערע געצנדינער וואס ווערן דערמאנט אין חז"ל.
- 7. ספר יצירה, וויען: 1874 – מאגיה קדומה.
- 8. מחלות המות, וויען: 1877.
- 9. תהלת הכסילים, מעובד לפי ספרו של עראסמוס פון ראטערדאם, Moriae Encomium
- 10. בירוסי הכשדי, וויען: 1882 – ארכאולוגיה בבלית.
- 11. ארץ העברים, וויען: 1883.
- 12. מעשה מרכבה, וויען: 1883–1884 – א ביאור אויף די מעשי מרכבה פון יחזקאל, לויט'ן משכילישן גייסט.
- 13. מעשה תעתועים, וויען: 1887 – אן ערקלערונג אויפ'ן מקור פון אמונות טפילות ביי אידן און די אומות העולם.
- 14. יסוד מסתרי העכו"ם וחכמת הקבלה, וויען: 1888.
- 15. בגן העדן מקדם, וויען: 1891.
- 16. ילקוט שלמה: אוסף מאמרי ספרות, קראקע: 1896.
- 17. הגיוני שפינוזה, קראקע: 1897.
- 18. החיים והמוות, קראקע: 1898.
- 19. מלחמת הנגלה והנסתר, קראקע: 1898.
- 20. סגולות הצמחים ואותותם, קראקע: 1898.
- 21. שלוש תכונות נפשיות בישראל, קראקע: 1898.
- 22. גלגולי נשמות, קראקע: 1899.
- 23. הדעה והדבר, על תורה שבכתב ותורה שבעל-פה, ניו יורק: 1899.
- 24. מסכת קידושין, על הנישואין בישראל ובאומות, קראקע: 1899.
- 25. מערכת טעמי מצות, קראקע: 1900.
- 26. סגולות בעלי חיים ואותותם באגדות ובדתות כל העמים, בהשקפה מאירה על אגדת פרק שירה, קראקע: 1900.
- 27. חידות העולם, פונעם בוך Die Welthraethsel פון ארענסט האקעל, קראקע: 1901.
- 28. הספירות בחכמת הקבלה, קראקע: 1902.
- 29. האדם עץ השדה, ניו יורק: 1904.
- 30. אנשי השם בח"ן, אויף מיסטיק ביי אידן און גוים. קראקע: 1905.
- 31. ספור יצירת העולם, א צאמשטעל צווישן מעשי בראשית בתורה, אין די וויסענשאפט און פיליזאפיע פון זיין צייט. קראקע: 1906.
- 32. עץ הדעת, אנטהאלט נעמען אין אינהאלט פון אלע חכמות און וויסענשאפט למיניהם, מיט א ציור פון א בוים בשרשיו וענפיו. קראקע: 1907.
- 33. שני לוחות הפילוסופיא, אויף טעאלאגיע, די קאזמאס, און דער מענטש. קראקע: 1907.
- 34. האמונה בשתי רשויות ורשומיה בספרות ישראל, קראקע: 1908.
- 35. אספת כתבי הקדש, תולדות ספרי התנ"ך, קראקע: 1908.
- 36. השארת הנפש, א שיחת חולין צווישן צוויי תלמידי חכמים אין א ווינקל אין ישיבה גדולה, קראקע: 1908.
- 37. נגינה וכלי זמר במקרא, קראקע: 1908.
- 38 אדם ובהמה, די לעבן אומשטענדן פון א מענטש קעגן א בעל חי, לויט די תורה, פיליזאפיע, הלכה, און נאטור. קראקע: 1908.
- 39. המים והאש, בסוד חכמי חרשים ונבוני לחשים, קרקוב: 1909.
- 40 פרס ויהודה, על אמונות ודעות ומנהגים אשר קיימו וקבלו אבותינו בימי שבתם בגלות בבל מאת הפרסים ודתיהם, קראקע: 1909.
- 41. רזי עולם, על מסתורין, כתות דתיות, הזיות ומינות בקרב כל העמים מראשית ימות עולם עד היום הזה, קראקע: 1909.
- 42. ברוך שפינוזה, ברגשי אהבת אלהים הנשקפים בעד אספקלריא מאירה, קראקע: 1910.
- 43.ארץ העברים, חוקר זיין אונזערע היסטארישע רעכטן צו באזיצן א לאנד. תל אביב: 1951.