ביזאנץ

פֿון װיקיפּעדיע

ביזאַנץ (גריכיש: Βυζάντιον) איז געווען אַן אוראלט-גריכישע שטאָט.

שפעטער איז די שטאָט איז געווארן דער צענטער פון דער מזרח רוימישער אימפעריע (דער טייל פון דער רוימישער אימפעריע וואו מ׳האט גערעדט, וואס האט זיך אויסגעהאלטן ביז דעם מיטל אלטער ), אָבער אין יענער צייט האט די שטאט שוין געהייסן קאנסטאנטינאפל (קושטא). [1]

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לויט דער לעגענדע האט איינער ביזאַס פון מעגאַראַ, א שטאט נישט ווייט פון אטען, געגרינדעט ביזאנץ ווען ער האט געזעגלט צפון־מזרח דעם אַגאַאישן ים. ווען ער איז אנגעקומען צום באָספּאָרוס, האָט ער געגרינדעט זיין שטאָט קעגן איבער א גריכישער שטאָט, כאַלקעדאָן, אויפן אזיאטישן בארטן.

ביזאנץ איז געווען מערסטנס א האנדל־שטאט צוליב זיין סטראטעגישער לאקאציע ביים איינציגן איינגאנג צום שווארצן ים. שפעטער האט ביזאנץ איינגענומען כאלקעדאן.

די שטאט איז געווארן באלעגערט דורך רוימישע קראפטן אין יאר 196, און איז געווארן שטארק געשעדיגט. ווען סעפטימיוס סעווערוס איז געווארן קייסער האט ער צוריקגעבויט ביזאנץ, וואס האט ווידעראמאל אויפגעבליט.

ווען דער רוימישער קייסער קאנסטאנטין דער גרויסער האט באשלאסן אריבערפירן זיין הויפטשטאט צום מזרח טייל פון דער רוימישער אימפעריע, האט ער אויסגעקליבן ביזאנץ וואס איז געווען פלאצירט סטראטעגיש. ער האט ווידעראמאל געגרינדעט די שטאט אין יאר 330 מיטן נאמען ״ניי רוים״ (Nova Roma). נאך זיין טויט האט מען גערופן די שטאט מיטן נאמען קאנסטאנינאפל (קאנסטאנטינ׳ס שטאט). ער איז געבליבן די הויפטשטאט פון דער מזרח רוימישער אימפעריע. די שפעטערדיקע היסטאריקער האבן גערופן די אימפעריע די ביזאנטישע אימפעריע.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הערות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. נאך ווען קושטא איז געפאלן צו דער אטאמאנישער אימפעריע, האבן די טערקן גערופן די שטאט סטאמבול, אבער דאס איז נישט געווארן דער אפיציעלער נאמען פון דער שטאט ביז 1930.