קרית צאנז
- דער ארטיקל דיסקוטירט א קווארטאל אין נתניה. טאמער זוכט איר דעם קווארטאל אין ירושלים, זעט קרית צאנז, ירושלים.
קאארדינאטן: 32°20′46″N 34°51′26″E / 32.34611°N 34.85722°E
קרית צאנז איז א פרומער חסידישער קווארטאל וואס באדינט אויך ווי דער צענטער פונעם צאנזער חסידות אין דער גארער וועלט. די קריה געפונט זיך אין דער שטאט נתניה.
די קריה איז אויפגעשטעלט געווארן אין נתניה אין כ"א אדר יאר תשט"ו (15 מערץ 1955) דורך רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם דער צאנז קלויזנבורגר רבי. די קריה געפונט זיך אין צפון-מערב זייט פון דער שטאט און פארשפרייט זיך איבער 380 דונאם. דעם געדאנק פון אויפשטעלן א קריה האט דער רבי אויסגעטראכט נאכן חורבן, אין דער צייט וואס דער רבי איז נאך געווען אין אמעריקע. היינט צו טאג וואוינען אין דער קריה איבער 600 משפחות.
מוסדות פון קריה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]חדרים, ישיבות, און כוללים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- תלמוד תורה "דרכי אבות" - א תלמוד תורה, וואס דארט לערנען ארום 800 קינדער, פון די קינדערגארטן-יארן ביז דער בר מצווה.
- ישיבת דברי חיים צאנז - די ישיבה קטנה - אין דער ישיבה לערנען בחורים פון דער בר מצווה עלטער, צו משך פון דריי יאר און דערנאך גיין ארויף צו דער ישיבה גדולה. אין דער ישיבה קטנה לערנען ארום 200 בחורים.
- ישיבת דברי חיים צאנז - די ישיבה גדולה - אין דער ישיבה לערנען ארום 350 בחורים, פון איבערן ארץ ישראל און דער גארער וועלט. פיל פון די וואס האבן געלערנט אין דער ישיבה דינען היינו צו טאגס אלס רבנים. פאר די תלמידי הישיבה גדולה וקטנה איז צוגעשטעלט א ריזיגן קאמפוס וואס ווערט גערופן "קרית חינוך - דברי חיים" מיט א גרויסן עסצימער, און א גרויסער שלאפשטוב.
- כולל אברכים - מרכז התורה-כולל, פאר יונגעלייט. עס זענען דא א פאר כוללים אין מרכז התורה, גמרא צוואנציג בלאט, גמרא דרייסיג בלאט, און גמרא זיבעציג בלאט, צען בלאט גמרא מיט הלכה, און עטליכע שפורן פון לערנען הלכה, די באשטימטע שפורן און פארהערן זענען דורך מפעל הש"ס, דער כולל געפונט זיך אין א געביידע נעבן דעם גרויסן היכל הישיבה גדולה די "מתיבתא".
אנדערע אינסטיטוציעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- בית הכנסת "אוהל נחמיה", בית מדרש "אהבת תורה", מקווה טהרה, בית דין צדק, שמחות זאל, קרנות גמילות חסדים, הילף ארגאניזאציעס, אן אינסטיטוט ארויס צו געבן ספרים און דברי תורה, חברה קדישא און א בית עולם, א ביבליאטעק, די "נשי צאנז" ארגאניזאציע, און די גלי צאנז האטעל.
- בית חנה מוסדות חינוך לבנות וואס דארט ווערן געלערנט רעליגיעז שטודיום און וועלטלעך שטודיום. די אינסטיטוציעס האבן אין זיך קינדערגארטנס, אן עלעמענטאר שולע, און א מיטלשול די מיידלעך סעמינאר.
- נוה הורים "שפע חיים" - אן אלטעסהיים.
- מעון ילדים – א מעון פאר קינדער פון ציבראכענע משפחות, היימלאזע, יתומים אדער אנדערע סאציאלע געשענישן.
- לאניאדא שפיטאל - א פרומע שפיטאל די שפיטאל טעטיקייט איז אויסגעפירט לויטן אידישן געזעץ און די כללים פון די מעדיצינישע פרינציפן.
עפנטלעכע טראנספארטאציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אגד תעבורה: ליניעס 6, 6א - צווישן צענטראלע סטאנציע נתניה צו קריית צאנז.
נתיב אקספרס: ליניע 613 - צווישן מכון מור אינסטיטוס, בני ברק צו קרית צאנז.
אגד: ליניע 407 - צווישן עתירות מדע ירושלים צו קרית צאנז.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]