שמואל דוד אונגאר

פֿון װיקיפּעדיע
שמואל דוד אונגאר
קיין פריי בילד
געבורט 23 נאוועמבער 1886
תרמ"ו
פישטיאן, סלאוואקיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 21 פעברואר 1945 (אלט 58)
ט' אדר תש"ה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
זיינע רביס הרב נח ברוך פישער, הרב שמואל ראזנבערג
חיבורים נאות דשא
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב שמואל דוד אונגאר (י"ד כסלו ה'תרמ"ז - ט' אדר ה'תש"ה) איז געווען דער לעצטער רב פון נייטרא, סלאוואקיי, בעפאר דעם גרויסן חורבן אייראפע, און האט געפירט דארט א גרויסע ישיבה.

אין תרצ"ה האט מען ממנה געווען הרב אונגאר א וויצע־פרעזידענט פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

זיינע יוגנט יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שמואל דוד איז געבוירן י"ד כסליו תרמ"ז אין פישטיאן, אונגארן (היינט סלאוואקיי) צו זיין פאטער הרב יוסף משה אונגאר, שטאטס רב אין פישטיאן, און אן איידעם ביי הרב דוד פישער, אב"ד פישטיאן. דעם ערשטן טאג חוה"מ סוכות תר"ס, איז ער פאר'יתומ'ט פון זיין פאטער ביי דער עלטער פון צוועלף יאר. ווען ער איז געווארן בר־מצוה איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון זיין פעטער הרב נח ברוך פֿישער, פרעשאווער רב. נאכדעם האט ער געלערנט אין דער ישיבה פון הרב שמואל ראזנבערג, אונסדארפער רב און מחבר פון "באר שמואל".

אנקומענדיג אין די יארן האט ער געהייראט מרים לאה פישער, א טאכטער פון זיין פעטער און רבי'ן ר' נח ברוך פישער, פרעשאווער רב.

אלס רב[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין עלטער פון איין און צוואנציג איז הרב שמואל דוד אויפגענומען געווארן אלס רב אין דעם שטעטל קראמפאך ווי ער האט געדינט פאר די קומענדיגע פינף יאר, ווי אויך האט ער דארט געגרינדעט א ישיבה אויפן עצה פון זיין רבי'ן דער אונסדארפער רב.

דאן איז געקומען אן איינלאדנונג פון טירנוי אז די כסא הרבנות איז זיי ליידיג געווארן, און וויבאלד טירנוי איז געווען א גרעסערע שטאט ווי קראמפאך איז הרב שמואל דוד געשטעלט געווארן דארט, ווי ער האט געדינט רבנות פאר די קומענדיגע פופצן יאר, ווי אויך האט ער איבערגעפלאנצט דארט די ישיבה וועלכע איז שטארק געוואקסן מיט די צייט.

אין יאר תרצ"א איז נפטר געווארן הרב אברהם אהרן כ"ץ - דער רב פון שטאט נייטרא. די ראשי הקהילה פון נייטרא האבן פון אלע קאנדידאטן דאס מערסטע געגליכן דעם טירנויער רב אלס ממלא מקום פארן רבנות שטעלע, און האבן געשיקט לאדענען הרב שמואל דוד צו אננעמען דאס פאסטן אין נייטרא. נאך עטליכע טעג איבערטראכטן האט דער רב געזאגט פאר איינע פון זיינע נאנטע "איך פיל אז עס וועט קומען א טאג וואס אין גאנץ אייראפע וועט נישט זיין קיין תורה און נאר אין נייטרא וועט זיין לימוד התורה" (וואס שפעטער איז טאקע אזוי געווען בשעת חורבן אייראפע) און דערפאר האט ער באשלאסן איבערצולאזן טירנוי און אננעמען דאס רבנות אין נייטרא.

די בארימטע נייטרא ישיבה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין נייטרא האבן די שטאטישע אידן שטארק געשטיצט דעם נייעם רב הרב אונגאר, און האבן דערפאר אסאך צדקה געגעבן פארן צוועק פון זיין ישיבה וועלכע ער האט איבערגעפלאנצט פון טירנוי. גאר שיין האט זיך די ישיבה געבויט אין נייטרא און האט געגרייכט שוין אין איר ערשטן זמן דארט, אריבער 200 תלמידים.

בשעת חורבן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געווען פון די גרויסע עסקנים אינאיינעם מיט זיין איידעם ר' מיכאל בער ווייסמאנדל.

זיינע קינדער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • פערל (קינד)
  • הרב יוסף בן ציון אונגאר הי"ד
  • הרב חיים ידידי' אונגאר הי"ד
  • הרב שלום משה הלוי אונגאר אב"ד נייטרא
  • מרת ברכה רחל ווייסמאנדל הי"ד ערשטע ווייב פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל
  • הרב יעקב יצחק אונגאר
  • רביצין חיה נחמה האלבערשטאם, ווייב פון הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון קלויזענבורג
  • הב' אברהם יושע הי"ד
  • הב' ישראל אהרן הי"ד
  • הב' יששכר מרדכי הי"ד
  • שרה אסתר ווייב פון רבי יעקב אהרן פישער מח"ס פאר יעקב
  • הבתולה רבקה חנה אונגאר הי"ד

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • "נאות דשא" על התורה - חידושי אגדה און דברי מוסר והתעוררות (ווי אויך חידושים פון זיין פאטער הרב יוסף משה). מאונט קיסקא תשכ"ג (1963).

זיינע תלמידים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פֿריערדיגער:
()
נייטרא רב
"נאות דשא"
נאָכפֿאלגער:
הרב שלום משה הלוי אונגאר