אלעזר בינדיגער
רבי אלעזר בינדיגער זצ"ל (ה'ת"ר - ה'תר"ם) פון שינאווא.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלעזר איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער) צו זיין פאטער הרב שמואל זאנוויל בינדיגער פון בארדיעוו, א זון פון הרב ברוך אברהם בינדיגער רב אין האנאשאוויץ (ער איז נפטר געווארן א' אלול ה'תרל"ה), א זון פון הרב שרגא פֿייוול בינדיגער, אן אור-אייניקל פון בית שמואל אויף אבן העזר. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב נפתלי ווייסבלום פון ליזשענסק, א זון פון הרב אליעזר ווייסבלום פון ליזשענסק, א זון פון נועם אלימלך.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין חתונה האט רבי אלעזר געגעסן קעסט ביי זיין שווער, ביז ווען ער איז נפטר געווארן.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלעזר איז נפטר געווארן יונגערהייט, אין יאר ה'תר"ם (אומגעפער), און האט איבערגעלאזט צווי יונגע יתומים, וועלכע זענען אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן דער שינאווער רב
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלעזר האט געהייראט מרת חיה שרה, א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב, ער האט געגעסן קעסט ביי זיין שווער ביז זיין פטירה. זייערע קינדער:
- הרב אלימלך בינדיגער (ה'תר"ך (אומגעפער) - ה'תרפ"ה (אומגעפער) ), רב אין שינאווא. ער האט געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין שינאווא.
- מרת אסתר גיטל די ווייב פון הרב ישכר בלויגרונד (ה'תר"ל (אומגעפער) - ה'ת"ש), רב אין קאלוואריע.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר