ישכר בלויגרונד
מראה
רבי ישכר בלויגרונד זצ"ל (ה'תר"ל - ה'ת"ש), רב אין קאלוואריע
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישכר איז געבוירן אין לימאנאוו אין יאר ה'תר"ל (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב הגביר זושא בלויגרונד פון לימאנאוו.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין חתונה האט רבי ישכר געוואוינט אין שינאווא, דארט איז ער געווען דער שרייבער פון זיין עלטער-שווער הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב. אין יאר ה'תרנ"ז איז ער אויפגענומען געווארן רב אין קאלוואריע, דער שינאווער רב איז מיטגעפארן צו זיין באקרוינונג.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישכר איז נפטר געווארן אין יאר ה'ת"ש און ליגט אין קראקא.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישכר האט געהייראט מרת אסתר גיטל א טאכטער פון הרב אלעזר בינדיגער, אן איידעם פונעם שינאווער רב. זייערע קינדער:
- הרב ברוך אברהם בלויגרונד הי"ד (ה'תר"ן (אומגעפער) - ה'תש"ג), ממלא מקום פון פאטער, רב אין קאלוואריע. ער האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב בצלאל הורוויץ רב אין פילזנא. זיי זענען אומגעקומן אויף קידוש השם אין בעלזשעץ, הי"ד.
- הרב שלמה בלויגרונד. ער האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון עלטער-פעטער הרב אריה לייביש האלבערשטאם פון טארנא, א זון פון דעם שינאווער רב.
- מרת מאטיל לאה, די ווייב פון הרב יוסף בירנבוים הי"ד.
- מרת רייזל פעריל, ( - כ"ה כסלו ה'תשל"א) די ווייב פון הרב יוסף שמואל פרענקל פון קרית צאנז
- הרב יחזקאל שרגא פרענקל פון רמת גן, ארויסגעבער פון ספר דברי יחזקאל החדש.
- מרת רחל מרים, די ווייב פון הרב יהושע האלבערשטאם א זון פון הרב אשר מאיר האלבערשטאם, רב אין באכניא.
- מרת זיסל, די ווייב פון הרב יחיאל וויינבערג, א זון פון הרב דוב בעריש וויינבערג.
- הרב יחזקאל שרגא בלויגרונד, פון קאלוואריע.
- הרב שמואל בלויגרונד, פון קאלוואריע.
- הרב נפתלי אלימלך בלויגרונד, פון לאדזש.
- מרת חנה, די ווייב פון הרב משה גראסס א זון פון הרב רפאל גראסס רב אין בערבעשט.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר