חיים אליעזר אונגאר
רבי חיים אליעזר אונגאר זצ"ל (ה'תרכ"ה – ה'תר"ף), רב אין ראדליב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים אליעזר איז געבוירן און יאר ה'תרכ"ה ( אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב יעקב יצחק אונגאר א זון פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון יאר ה'תר"ן איז רבי חיים אליעזר געווען רב אין ראדליב, אין יאר איז ער אריבער וואוינען קיין ריישא, נאכהער האט ער זיך באזעצט אין ניימארקט.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים אליעזר איז נפטר געווארן אומגעפעהר אין יאר ה'תר"ף ער ליגט אין טארנא.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים אליעזר האט געהייראט מרת שפרינצא א טאכטער (פון ערשטען זיווג) פון הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ, און אן אייניקל פון הרב מאיר נתן האלבערשטאם. זייערע קינדער:
- הרב מאיר אונגאר, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
- הרב יוסף יהודה אונגאר, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר