ישראל אלימלך אונגאר
מראה
פאך | רב |
---|---|
רבי ישראל אלימלך אונגאר זצ"ל (ה'תק"ף – ז' אלול ה'תרכ"ז), רב אין זשאבנא.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל אלימלך איז געבוירן און יאר ה'תק"ף (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב משה אליקים בריעה פון קאזשניץ.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל אלימלך איז געווען דער ממלא מקום פון פאטער, רב אין דאמבראווא, ער האט זיך אריבער געצויגען קיין זשאבנא, דער צאנזער רב האט אים באפוילן צו נעמען קוויטלעך.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל אלימלך איז אוועק זייער יונג באלד נאך זיין פאטער'ס פטירה, ז' אלול ה'תרכ"ז.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל אלימלך האט געהייראט מרת מאטיל א טאכטער פון הרב יחיאל קאריצער, א זון פון הרב שמואל קאריצער, אן איידעם פון חוזה פון לובלין. זייערע קינדער:
- הרב יעקב יצחק אונגאר (ה'תקצ"ח – ה'תרנ"ב), ממלא מקום פון פאטער, רב אין זשאבנא. ער האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, דער אמרי נועם.
- הרב משה אליקים בריעה אונגאר (ה'תרי"ג – י"ח תשרי ה'תרנ"ח), ממלא מקום פון פאטער, רב אין דאמבראווא. ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת רבקה א טאכטער פון הרב אברהם הורוויץ, רב אין שענדישוב. בזיווג שני האט ער געהייראט איר שוועסטער מרת חיה.
- הרב מרדכי דוד אונגאר (ה'תרי"ח – ה'תרע"ו), פון צאנז. ער האט געהייראט מרת שיינדיל א טאכטער פון זיין עלטער-פעטער הרב משה אונגאר.
- מרת מושקיט די ווייב פון הרב משה האלבערשטאם (ה'ת"ר (אומגעפער) - ה' אדר ה'תרע"ה), רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב.
- מרת שיינדיל, די ווייב פון הרב מאיר מאסקאוויטש (ה'תר"ה (אומגעפער) - כ"א חשוון ה'תרע"ה), פון זבורוב און שאץ, אן אייניקל פון רבי מאיר פון פרימישלאן
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר