מרדכי דוד אונגאר (צאנז)
רבי מרדכי דוד אונגאר זצ"ל (ה'תרי"ח – ה'תרע"ו), פון צאנז.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מרדכי דוד איז געבוירן און יאר ה'תרי"ח, צו זיין פאטער הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת מאטיל א טאכטער פון הרב יחיאל קאריצער, א זון פון הרב שמואל קאריצער, אן איידעם פון חוזה פון לובלין.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מרדכי דוד האט געוואוינט אין צאנז און געגעסען קעסט ביי זיין עלטער-שווער דער צאנזער רב. נאך דעם צאנזער רב'ס פטירה האט ער געעפנט זיין אייגען בית המדרש אין צאנז.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מרדכי דוד איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרע"ו.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מרדכי דוד האט געהייראט מרת שיינדיל א טאכטער פון זיין עלטער-פעטער הרב משה אונגאר, א זון פון זיין זיידען הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא, און אן איידעם פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. זייערע קינדער:
- הרב בן ציון אונגאר, ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת ביילא א טאכטער פון הרב משה האלבערשטאם רב אין שינאווא, בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב שלום ריינמאן רב אין נאראל.
- מרת ריקל רייזל, די ווייב פון הרב מאיר ראזנבוים פון ריישא
- הרב יעקב יצחק אונגאר, דאמבראווער רב אין ניו יארק. איידעם פון ר' יהושע אשר רויטבלאט רבי אין שעדליץ און זון פון ר' גרשון דער ערשטער רבי אין שעדליץ.
- די ווייב פון הרב בן ציון אייכנשטיין.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מדרכ"י דוד, נחום מאיר גערמאן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר