משה אונגאר
מראה
רבי משה אונגאר זצ"ל (ה'תק"ף – י"ח תשרי ה'תרנ"ח), פון צאנז.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה איז געבוירן און יאר ה'תק"ף (אומגעפער) צו זיין פאטער הרב מרדכי דוד אונגאר דער דאמבראווער רב. און צו זיין מוטער מרת חיה שרה פון טשמעלאוו
זיינע רבי'ס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה האט געוואוינט נאך זיין חתונה אין צאנז אין געגעסן קעסט ביים זיין שווער דער צאנזער רב. אויף די עלטער איז רבי משה ארויף קיין ארץ ישראל אין זיך באזעצט אין צפת.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה איז נפטר געווארן אין צפת י"ח תשרי ה'תרנ"ח, און ליגט אין צפת.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה האט געהייראט מרת מרים די עלצטע טאכטער פון דעם צאנזער רב, הרב חיים האלבערשטאם. זייערע טעכטער.
- מרת רחמה, די ווייב פון הרב חיים יעקב הורוויץ (ה'תרי"א - ה'תרע"ה), פון אולינוב
- מרת פראדיל די ווייב פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין רב אין דאלינא
- מרת יוכבד רבקה די ווייב פון הרב נפתלי חיים הורוויץ (ה'ת"ר - י' תשרי ה'תרנ"ה), א זון פון הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו.
- מרת שיינדל די ווייב פון הרב מרדכי דוד אונגאר (ה'תרי"ח – ה'תרע"ו), א זון פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- מדרכי דוד, נחום מאיר גערמאן.
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר.