יוסף אונגאר
מראה
פאך | רב |
---|---|
רבי יוסף אונגאר זצ"ל (ה'תק"ס – ב' חשוון ה'תרכ"ז), רב אין דאמבראווא.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוס'לע איז געבוירן און יאר ה'תק"ס[1], צו זיין פאטער הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב צבי הירש אונגאר פון פוילן.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין עלטער פון זיבן יאר האט זיין שווער מיטגענומען רבי יוס'לע צום חוזה. רבי יוס'לע איז געווען רב אין קאזשניץ אומגעפער צוואנציג יאר, אין יאר ה'תר"ג נאך די פטירה פון זיין פאטער האט מען אים אויפגענומען אלס ממלא מקום פון פאטער, רב אין דאמבראווא.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוס'לע איז נפטר געװארן אין ב' חשוון ה'תרכ"ז.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תקע"ה האט רבי יוס'לע געהייראט מרת גיטל א טאכטער פון הרב משה אליקים בריעה האפשטיין פון קאזשניץ. זייערע קינדער:
- הרב ישראל אלימלך אונגאר (ה'תק"ף (אומגעפער) – ז' אלול ה'תרכ"ז), ממלא מקום פון פאטער, רב אין דאמבראווא און זשאבנא
- מרת מירל גאלא (י"ט אייר ה'תקצ"א - כ' אדר ?), די ווייב פון הרב מאיר רובין (ד' חשוון ה'תק"ץ - כ"ט תשרי ה'תרנ"ח), פון גלאגאוו, א זון פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו.
- די ווייב פון הרב יהודה הכהן הארטשטיין - ראפפאפארט.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מדרכ"י דוד, נחום מאיר גערמאן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ מדרכי דוד פרק ח