יעקב יצחק אונגאר (זשאבנא)
מראה
פאך | רב |
---|---|
רבי יעקב יצחק אונגאר זצ"ל (ה'תקצ"ח – ה'תרנ"ב), רב אין זשאבנא.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב איטשע איז געבוירן און יאר ה'תקצ"ח, צו זיין פאטער הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת מאטיל א טאכטער פון הרב יחיאל קאריצער, א זון פון הרב שמואל קאריצער, אן איידעם פון חוזה פון לובלין.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב איטשע איז געווען דער ממלא מקום פון פאטער, רב אין זשאבנא.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב איטשע איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרנ"ב.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב איטשע האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם. זייערע קינדער:
- הרב שלום דוד אונגאר (ה'תר"ך – ב' דראש חודש אלול ה'תרפ"ג), ממלא מקום פון פאטער, רב אין זשאבנא. ער האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מנחם מענדל שפירא, רב אין לאנצהוט. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת בלומה חנה א טאכטער פון הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו.
- הרב יהודה אונגאר (ה'תרכ"ב (אומגעפער) – י"ז סיון ה'תרצ"ט), רב אין סאקאלאוו.
- הרב חיים אליעזר אונגאר (ה'תרכ"ה (אומגעפער) – ה'תר"ף), , פון ראדלוב. ער האט געהייראט מרת שפרינצא א טאכטער פון הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ.
- הרב ישראל יוסף אונגאר, פון טארנא (ה'תרכ"ח – א' דראש חודש תמוז ה'תש"ב). ער האט געהייראט מרת ברכה א טאכטער פון הרב ראובן הורוויץ, רב אין דעמביץ.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר