ישראל יוסף אונגאר
פאך | רב |
---|---|
רבי ישראל יוסף אונגאר זצ"ל (ה'תרכ"ח – א' דראש חודש תמוז ה'תש"ב), פון טארנא.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל יוסף איז געבוירן און יאר ה'תרכ"ח, צו זיין פאטער הרב יעקב יצחק אונגאר א זון פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל יוסף האט געלערנט ביי זיין פעטער הרב יהושע הורוויץ דער דזשיקאווער רב. אין יאר ה'תרע"ג האט ער אנגעהויבן פראווען רביסטעווע אין טארנא, ס'איז געווען ביי אים א גרויס געגייעכטס, ספעציעל אין די ימים נוראים צו הערען זיינע תפילות אויף דעם ראפשיצער נוסח.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל יוסף איז ארויסגעפירט געווארן ביי די צווייטע אקציע מיט זיין פאמיליע א' דראש חודש תמוז ה'תש"ב.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל יוסף האט געהייראט מרת ברכה א טאכטער פון הרב ראובן הורוויץ, רב אין דעמביץ. זייערע קינדער:
- הרב מאיר אליהו אונגאר, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שלום האלבערשטאם, זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
- הרב ראובן אונגאר, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
- מרת חיה אסתר די פרוי פון הרב חיים צבי הירש הורוויץ, א זון פון הרב אליהו הורוויץ רב אין דזשאלין. זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
- הרב אליעזר אונגאר,
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר