יהודה אונגאר
רבי יהודה אונגאר זצ"ל (ה'תרכ"ב – י"ז סיון ה'תרצ"ט), רב אין סאקאלאוו.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יהודה איז געבוירן און יאר ה'תרכ"ב ( אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יעקב יצחק אונגאר א זון פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יהודה איז געווען רב אין סאקאלאוו, אין יאר ה'תרס"ה איז ער אריבער וואוינען קיין ריישא, נאכהער האט ער זיך באזעצט אין ניימארקט.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יהודה איז נפטר געווארן אין וויען י"ז סיון ה'תרצ"ט.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יהודה האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהושע העבינשטרייט המכונה ר' יהושעל'י חריף, רב פון סאקאלאוו. זייערע קינדער:
- הרב נפתלי אונגאר הי"ד (ה'תרמ"ב – כ"ג סיון ה'תש"ב), ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
- די ווייב פון הרב מנשה הורוויץ, רב אין דזשאלין, א זון פון הרב אליהו הורוויץ רב אין דזשאלין. זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר