משה אליקים בריעה אונגאר
רבי משה אליקים בריעה אונגאר זצ"ל (ה'תרי"ג – כ"א טבת ה'תרע"ז), רבי אין דאמבראווא.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה אליקים איז געבוירן אין דזשאבנא אין יאר ה'תרי"ג, צו זיין פאטער הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת מאטיל א טאכטער פון הרב יחיאל קאריצער, א זון פון הרב שמואל קאריצער, אן איידעם פון חוזה פון לובלין.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה אליקים איז געווען , רבי אין דאמבראווא, אין יאר ה'תרע"ד איז ער אנטלאפן קיין קאשוי.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה אליקים איז נפטר געווארן אין קאשוי כ"א טבת ה'תרע"ז, און ליגט אין זיידן'ס אוהל אין דאמבראווא.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה אליקים האט געהייראט בזיווג ראשון מרת רבקה א טאכטער פון הרב אברהם הורוויץ, רב אין שענדישוב. בזיווג שני האט רבי משה אליקים געהייראט איר שוועסטער מרת חיה. זייערע קינדער:
- הרב נפתלי צבי אונגאר (ה'תר"ם – ט"ז אב ה'תש"ב פון בארדיאוו
- הרב מאיר אונגאר, רבי אין קראקא.
- הרב יצחק אלעזר אונגאר, ממלא מקום פון פאטער, רב אין דאמבראווא.
- די ווייב פון הרב אברהם הורוויץ (ה'תר"ן (אומגעפער) - ה'תש"ג), פון פאקשיווניץ.
- די ווייב פון הרב אלעזר פרנס.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מדרכ"י דוד, נחום מאיר גערמאן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר